Paragraph
Paragraph rh-r2amhnsq
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-tzfdw2qh
- order
- CO
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דערנאך קומט דאך, האט דאך דאך יעדער תענית האט דאך דער ענין וואס איז פארבונדן דוקא מיט אים אין וועלכע ער טילט זיך אויס פון די אנדערע תענית ציבור, וואס בנוגע צו עשירי בטבת, דארף מען דאך ניט זוכן קיין רמזים בזה, וויבאלד דאס גופא, וואס דאס איז ביום העשירי בקודש איז שוין דא דער מקרא מלא דיברי הכתוב אז עשירי יקרא יהי'קודש האט דאך דאס דער טאג אליין אויסגעקליבן געווארן, און אז דער תענית איז אויסבאשטימט געווארן און אויסגעקליבן געווארן דער טאג וואס א יום קדוש בלאו הכי, על אחת כמה וכמה אז אידן טוען דעמאלט אין דעם טאג, ווי דער רמב זאגט בנוגע צו תענית, אז אן ענין פון א תענית איז דאס דער ענין פון תשובה, וכמדובר בארוכה כמה פעמים.
- proofread
- 0