פסקה
פסקה rh-r1c5r4s5
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-ep7qy2bk
- order
- n
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און מ'דארף נאר האבן, אז מ'זאל מאנען למה נגרה. און אט דעמאלט איז נוסף וואס מ'טוט אויף בהנוגע צו זיך אליין, טוט מען אויף בהנוגע צו כלל ישראל במשך כל הדורות, אז ס'איז צוגעקומען א נייע מצוה, וואס דער לימוד ההלכה שבמצוה זו איז זיכער שייך צו אנשים ונשים וטף ובמשך כל השנה כולה. על דרך זה ומעין זה, אבער מיט די שלימות פון דער מעשה בהנוגע צו דעם פועל ממש, ווען מ'דארף האבן דעם פסח שני בפועל, און ווען מ'דארף אויסנוצן דעם לימוד פון ניטא קיין פארפאלן ס'איז אן ענין של פועל, כל אחד ואחת, ווי ידע אינש בנרשו. ובפרט נאך וואס כמדובר בהוספה צו דעם ענין הצדקה, איז מען דאך אויך גייט מען דאך מחדש זיין די לבנה, ובפרט נאך אין דעם טאג פון דערנאכט פון קיימא סיהרא באשלמותא, וואס מ'האט דאך אויך די הבטחה גמורה, ווי מ'זאגט דאס אין דעם נוסח פון קידוש לבנה שם עתידים להתחדש כמותא איז דערפון פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז זיי זיינען יתחדש כמותא ווערט דערנאך אויך דער המשך פון חידוש כמותא אויך בכל הפרטים כמותא, און אז ס'קומט דער קיימא סיהרא באשלמותא, ביז וואנענט אז ס'איז נראה לעיני בשר לכל העולם כולו, אפילו צו די שבעים אומות, איז דאך א זיכערע זאך, אז מ'דארף בעטן בא דעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער איז מקיים בקשת עמו ישראל, און מקיים דאס אהבה ברחמי ובאהבה, ולא עיכבם אפילו כהרב עין, אז תיכף ומיד ווערט די קיימא סיהרא באשלמותא אין יעדער אידן, בענינים הרוחניים ביז אין ענינים הגשמיים, על אחת כמה וכמה בהנוגע צו כלל ישראל, און בהנוגע צו אנשים וטף, ווי זיי שטייען אין אן אופן פון כלל, ביז אין א כלל פון קהל גדול,
- proofread
- 0