transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1איז דאך תורת חיים און תורת אמת האט זיך אנגעהויבן דאך מיט א בי'ת, און ווי ער זאגט אין זהר, דערפאר וואס דאס איז דער ראשי-תיבות דער ערשטער אות פון דעם ווארט ברכה האט זיי אויך אנגעזאגט, אז ס'זאל זיין די הנהגה פון אידן פון פותחין בברכה בכל השנה כולה, בכל ענין שיהי עאכו כמה אין עניני תורה ומצוותי און עאכו כמה וכמה אין זמנים מסוגלים והכי מסוגלים, ווי דאס איז, אז מ'האלט שוין נאך שבת מברכים אלול, וואס דעמאלט האט מען זיך געבענטשט אלול, און דורך אלול כל השנה כולה, אז ס'זאל זיין א שנת ברכה ה, מיט אלע ענינים וואס זיינען נכלל אין דעם ענין הברכה, דערנאך איז דאס ארויס נאכמער בגלוי, בראש-חודש אלול, במשך כל החודש, וואס דער מלך בשדה נאכמער בגלוי, אנהויבנדיק פון חי אלול, און ווי נשיא דורנו האט אפגעטייטשט, אז דאס האט אויך דעם אפטייטש, אז דאס א טאג וואס טראגט אריין חיות אין כל עניני אלו, על אחת כמה וכמה אין ענינים כגן אלו, דערנאך אין ימי סליחות, וואס דאס איז דאך שוין נאך חיי אלו, און מ'האט דאך דערביי דעם כלל פון מעלין בקודש על אחת כמה וכמה קודש צוזאמען מיט ברכה און דערנאך אויך, ווי בשנה זו האט דאך א הסליחות, הויבט זיך אנגעהויבן במוצאי מנוחה, און האט אויך באמצע אויך אן ענין של שבת, וואס שבת איז דאך ענינה ברכה און עונג, און אויך כולל וביונגסים חתכם עולה השבתות,
¶2וביתר עוז ערב ראש-השנה, וואס ווי ער זאגט אין תורה בשם המדרש איז אופי'שו אומה זו, אז זיי ווייסן מלכתחילה, אז זיי וועלן זוכה זיין בא דין שוין ערב יום הדין, בערב ראש-השנה, דערנאך איז נאך בהוספה על כל זה ביום ראש-השנה און ביום אריכתא, און דערנאך ווערט דאס אויך נתפרד אין שני ימים, ביז וואנענט אז אויך דער דין ביום ראשון פון ראש השנה, וואס ס'איז דאך שוין אויך א דין, כאמור לעיל, וואס דאס איז מצד ס'זאל זיין תגבורת החיות און ס'זאל זיין א ברכה עד אין ערוך, אף על פי כן ווערט דאס אנגערופן קשיא בערך פון יום השני של ראש השנה, וואס דעמאלט איז אויך דער דין ווערט נאכמערער אין אן אופן פון ערפיא, און דערנאך הולך ומוסיף ואור במשך פון כל עשרת ימי תשובה, אנהויבנדיק ווי עשרת ימי תשובה שטייען אין ראש השנה, וואס ראש השנה האט דאך אין זיך ביידע ענינים, דאס איז אן ענין פון ראש השנה, און ס'איז אויך א טייל פון עשרה ימים שבין ראש השנה ליום הכיפורים, די עשרת ימי תשובה, ועל דרך ווי אויך יום הכיפורים האט דאך אין זיך ביידע ענינים, דאס איז אן ענין בפני עצמו, און אויך דער סיום פון עשרה ימים שבין ראש השנה ליום הכיפורים, וואס שוין דער ענין התשובה פון עשרת ימי תשובה, איז דאך ווי דער רמב זאגט, אז כל השנה איז זמנה הוא, און עשרה ימים אלו איז דאס א זמן יפה במיוחד, על אחת כמה וכמה ערב יום הכיפורים,
¶3איז דאך פון פארשטאנדיק, און אויך בפשטות, אז די תשובה פון עשרת ימי תשובה איז דאס א תשובה עילאה וואס ענינה איז דוקא מתוך שמחה, נוסף וואס יעדער תשובה, וועלכע תשובה זאל ניט זיין, איז וויבאלד אז בכל המצוות דארף דאך זיין ועבדתי הוי'אלקיך מתוך שמחה בטוב לבב, על אחת כמה וכמה א מצוה ותשובה, וואס זי איז דאך מתקן און טוט-אויף אין מעשים המצוות, אז זיי זאלן ווערן מעשים טובים, וואס דאס אלס א מאמר המוסגר גיט אויך א מעגלעכקייט אויף מרמז זיין אין דעם ראשי-תיבות פון שנה זו, תשמישי ט, אז דער טוב האט אין זיך ביידע אפטייטשן, אז דאס איז דער ענין התשובה, ובפרט נאך אז דאס קומט דאך לאחרי שנת שמח תשמח און הקהיל, וואס זיי זיינען דאך כולם ענינים פון תשובה, סיי שמחה און סיי הכל און סיי תשמח וכו,' און האט אויך אין זיך דעם אפטייטש תה'אז דורך דערויף וואס ס'הויבט זיך אן גלייך אין דעם סימן השנה, ס'איז דאך אבער א סימן על פי מנין בני ישראל, וואס אויב בכלל מנהג בני ישראל תורל היא, על אחת כמה וכמה א מנין וואס איז פארבונדן מיט מנין השנים, און וואס איז אנגענומען געווארן ברוב תפוצות ישראל, איז בזמננו זה, קרוב לומר, בכל תפוצות ישראל, איז וויבאלד אז ס'איז דא דער ענין התשובה גלייך אין סימן השנה, ובתחילת אין דעם ערשטן אות פון סימן השנה, האט מען די בטוחות א צווייטער רמז אין דעם תי ז, אז דאס איז ראשי תיבות תה', אז ס'וועט זיין תה'שנת משיח טובה, אז אזוי ווי תשובה טוט-אויף אין מצוות
¶4מצוות, אז די מצוות זאלן זיין טובים, וואס דא איז דאך דער פשט אז מצוות של הקב,"ה איז דאך פארשטאנדיק דער שטורעם און די טובה און די ברכה בכל ענינים וואס ס'איז דא אין דעם, גיט אבער דער אויבערשטער א איד א כח צו אידן, דורך דערויף וואס ער אליין איז דאך צוזאמען מיט אידן און א חלק פון אידן, און ווי מ'זאגט אין דעם שיעור פון היינטיקן חומש אויף יעקב חבל מחלתו, און פאר דערויף חלק הוי'עמו. און דאס איז דאך אויך יום שלישי שהוכפל בו כי טוב זאגט מען, אז אף על פי כן, אז אידן קענען מאכן אויך די טובה וואס ווערט אויפגעטאן דוקא דורך למעשה ידיך תכסוף וואס בערך זה איז קודם זה איז דאס מצוות סתם, ועל ידי עבודת התשובה קומט אין זיי צו, וואס אט דער סתם איז דאך כולל אין זיך ביז פון סתימות דכל סתימאים פון עצמות ומהות, קומט אין דערויף נאך צו, אז ס'זאל זיין אזא מין עילוי וואס בערך וואס ווערט אנגערפן טוב בערך פון דעם מעמד ומצב המצוות לפני זה. וואס על דרך זה יש לומר בהנוגע צו דעם ראשי-תיבות פון תשובה און תהי'שנת משיח תשובה טובה, אויף דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז וויבאלד אז דאס איז שנת משיח, דעם ריבוי הטוב וואס ס'איז דא אין דערויף, ביז הטוב בלי גבולי, אז די טוב וואס אידן זיינען מוסיף און טוען אויף תשובה שלהם, ובפרט די תשובה פון עצרת אם היא תשובה, וואס דאס איז תשובה עילאה, מיט אלע פירושים און אלע רמזים וואס ס'איז דא אין דעם ווארט עילאה,
¶5דעם ענין וואס ס'האט אין זיך אלע עניני שמחה, כמבואר אויך אין ספר תניא קדישא, טוט דאס אויף א ט', א טובה, וואס זי איז טובה אפילו בערך פון כל הענינים הכי מופלאים פון טובה וואס איז דא לפני זה, און אט דאס איז דער רמז וואס ס'ווערט איבערגע'חזר'ט בפני האנשים והנשים והטף, וואס בשעת מ'פרעגט בא זיי וואס פארא יאר האט זיך דאס אנגעהויבן, ענטפערן זיי אז דאס איז שנת תשמ ט האבן זיי גלייך אין דערויף ראשי תיבות איז דאך א דרך הלימוד על פי התורה, האבן זיי גלייך אין דערויף אויך דעם ראשי תיבות פון די אותיות, מיט די אלע ענינים און די אלע פירושים האמורים בזה, וואס חלק מהם איז איצטער דערמאנט געווארן.
¶6עבודה פון א שנה לפני זה, פון תסמך און תתמח און הכל את העם האנשים והנשים וטף, און מ'גייט גלייך אריין אין שנת העיבור, כמדובר כמה פעמים, אז עיבור באווייזט דעם כח פון אידן, אז זיי טוען אויף אין וועלט, אז ניט נאר זיי גלייכן אויס די וועלט, אפילו אין דעם ענין וואס דער אויבערשטער האט אים לכתחילה מתקן געווען, און ניט געמאנט אז ס'מוז זיין אויסגעגליכן, איז בשעת ער האט געגעבן תורתו לישראל עם קרובו, און נאך מערער וואס דאס איז א בן יחיד שלו, כתורת הבעל שם טוב הידועה, האט ער דעמאלט האט זיי אויך געגעבן דעם כח, אז זיי זאלן דעמאלט אויפטאן דער ענין פון טוב מיטן גאנצן שטורעם האמור, צוזאמען מיט דעם ענין פון תשובה. און דאס ווערט גלייך בהתחלה פון דעם רמז, און אין אן אופן פון עבודה פון שנת העיבור, אז מ'איז מתקן די גאנצע וועלט, און מ'מאכט אז די לבנה זאל זיין נאך מערער ווי חמה, וואס דאס איז דאך שוין די התחלה פון דעם מעמד ומצב פון לעתיד-לבוא, אז נוסף וואס והי'אור הלבנה קרח המה, וועט זיין אויך נקבה סובב גוור, אז דער אויבערשטער זאגט, אז אידן נעמט ער זיי און מאכט פון זיי די סובב גבר בנוגע צו זיך אליין, ובפרט לאחרי ווי אידן האבן אים מכתיר געווען בראש השנה, און דערנאך מאכן זיי בינען ספירת המלכות, במשר העשרה ימים שבין ראש השנה ליום הכיפורים, ובערב יום הכיפור מאכט מען דאך אן ענין כפול בזה, כמבואר אין פרי עץ חיים און קבלת האריזף בכמה וכמה מקומות, האט מען דעם כפליים לתושי,' ועד כדי כך אז מ'זאגט אז היכל ושותה בערב יום
¶7כיפורים, איז כאילו יתנה בתשיעו בתשרי ובעשירי בתשרי, כמבואר דער ענין בארוכה אין פרי עץ חיים בענין זה, ובנקודה וואס דאס איז איבערגעגעבן געווארן צו אלע אידן און צו יעדער אידן, אז דורך די אכילה בכפליים, ווי ס'איז די אכילה בערב יום הכיפורים, ווי אויך אנגעשריבן בספר פון דעם אלטן רבי'ן השוה לכל נפש אין סידור שלו, איז אט דעמאלט האט מען אויך די אכילה פון יום הכיפורים הגשמית, וואס דאס ווערט די הכנה און די מעגלעכקייט אז ס'זאל זיין ביום הכיפורים די אכילה ברוחנית, כמבואר בארוכה אין פרי עץ חיים, ובפשטות וואס ס'איז נוגע אחי יתן אל לבו אז דער ענין פון יום הכיפורים איז דאס אזא מין רעב אויף וועלכן מ'זאגט להחיותם ברעב אז דאס איז א רעב וואס ער איז ממשיך חיות, ביז ממשיך חיות, חיות גשמיות, עד כדי כך אז דאס ווערט ניט סתם חיות, נאר ס'ווערט להחיותם, כמובן ומבואר בכמה מקומות דער אויפטו בזה.
¶8און דאס איז אלץ אפגעגעבן געווארן און פארבונדן שוין בערב יום הכיפורים, האט מען שוין דער מתענה ביום הכיפורים, כמוזכר לעיל. ובפרט נאך אז מ'פארבינדט זיך דאס מיט החלטות טובות, כולל ומתחיל, און תיכף ומיד, אז מ'ווינטשט יעדער איינער צום צווייטן און צו אלעמען און צו כלל ישראל, ווינטשט ער זיי כל טוב רוחמי וגשמי, מיט די אלע ברכות והצלחות וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין תורה, ביז אין די סידורים, ביז אין תכינות, ביז די תכינות וואס זיי זאגן נשים צדקנות בישראל און נשים קטנות בישראל, ועל דרך זה אויך פון די אלע תכינות ובקשות איז דאס שוין אויפגעטאן געווארן בערב יום הכיפורים, און בשעת מ'איז נאך מוסיף, כאמור, בערב יום הכיפורים, און אן עת רצון לאחרי תפילת המנחה, וואס אפילו אליהו הנביא איז אויך נענה בתפילת המנחה, איז ווינטשט מען איז מען מקיים אין סיום פון ערב יום הכיפורים,
¶9און אלע אידן, האנשים והנשים וטף האבן שוין אנגעקליבן אדין קץ ואדין גבול, האט מען נאך, בסיום פון ערב יום הכיפורים, נאך די ברכה וואס זי איז כלל כל התורה כולה, וואס זי איז ואהבת לרעך כמוך ביז כמוך ממש, איז אז מ'ווינשט זיך ערב יום הכיפורים לאחרי תפילת המנחה פון המקום קדוש שמגדלין תורה ומגדלין בו תפילה ומגדלין בו צדקה, און וואס דאס איז געווען דער מקום תפילה ובלימוד וצדקה פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, האט מען שוין אין דעם סיום פון ערב יום הכיפורים א ריבוי עד אין גבול, אין מעשים טובים, טובים אויך, וויבאלד אז דאס קומט לאחרי תפילת המנחה, וואס תפילת המנחה בערב יום הכיפורים זאגט דאך יעדער איד בלחש אין די תפילה, אבער דאס איז בלחש וואס בא דעם אויבערשטן איז דאך דאס די כלי פנימיאה, וואס זי דערנעמט די פנימיות שלמעלה, און דאס ווערט דערנאך נמשך אין פנימיות שלמטה בא יעדער אידן, ביז אין פנימיות כל העולם כולו, ענינים של משיח, עתיד, לעתבא, צדיקייא בתיובתא, יחידה פון יעדער אידן און פון אלע אידן און פון כלל ישראל. און דאס קומט נאך צו נאך א מצוה הכי רבה און כלל התורה כולה, דורך דערווינטשן יעדער איינעם, צי בדיבור אדער במחשבה, איז דאך לפניו נגלה כל תעלומות ובפרט נאך ווי א איד שטייט אין די התעוררות פון ערב יום הכיפורים, איז דאך דאס ביתר שאת וביתר עוז דער לפניו פאר וועלכן ס'איז נגלה כל תעלומות, איז דאס נאכמערער מוסיף, ובפרט אז כרגיל איז מען דאך אויך מסיים פון טיילן אויף צדקה, נוסף אויף געבן אויך אויף ליקח, אט די
¶10האבן נאך דערוויילע ניט גענומען איצטער דאס משלים זיין ס'האט קיין ארט ניט אויף צו נעמען צוויי מאל, ניט געזען די הנהגה, אבער איין מאל נעמט מען זיך, און מ'פארבינדט דאס מיט לקח טוב נתתי לכם תורתי אל תעזובו וואס דאס איז דער ענין פון לא תעשה, און לקח טוב נתתי לכם דער ענין פון מצות עשה, בפשטות, און מ'זאגט דאס בשעת מ'טיילט לקח, אדער בשעת מ'עסט דערנאך דעם לקח, אדער בשעת מ'טראכט דערנאך וועגן בקשת לקח און קבלת לקח און אכילת הלקח, אז האט מען, און דער אויבערשטער איז זיכער מקיים הבטחתו וואס ער האט געזאגט בפשטות אז לקח טוב נתתי לכם תורתי אל תעזובו וואס דאס מיינט מען ברוחניות, דער ענין פון נתינת התורה, דאס איז אבער אויך, וויבאלד אז דאס איז געזאגט געווארן און איבערגעגעבן געווארן צו אנשים נשים וטף, אז יעדערער זאל דערפון ארויסנעמען וואס ער קען און ווי אזוי ער קען און ווי ער קען, און דאס וועט ווערן דער אמת לאמיתתו ווערט דאס אויך לקח, החתימה וגמר חתימה טובה, א שנה טובה ומסוקה אויך בגשמיות, בדוגמא ווי לקח, און דערנאך זאל דאס אזוי נמשך ווערן במשך כל השנה, וכאמור אין אן אופן פון שנת העיבור, אז ס'האט נאך מערער טעג, סיי פון שנת חמה על דרך הרגיל, על אחת כמה וכמה פון שנת הלבנה על דרך הרגיל, ביז אז ס'האט זיך אויך ווי דער ראשי-תיבות פון היינטיקן יאר, איז דאך די אותיות פגש, אז דעמאלט ווערט די איש באחיו טרעפט זיך יעדער אידן מיט אלע אידן, מיט א צווייטן אידן און מיט אלע אידן, ביז מ'טרעפט זיך אין אן אופן של בגישה, ווי מ'זאגט אויף יהודה, וואס פון אים שתמת דאך משיח, כמדובר ומבואר, ביז וואנענט אז ער ווערט דערנאך נמשך אין זיין ברכתו איז די ברכה בהנוגע צו משיח'ן, אז אויך אז ס'איז געווען דער ענין פון
¶11ויגש מלשון פגישא צווישן יהודה ויוסף, וואס דאס איז דאך אויך פון די הבטחות און די יהודים פון ביאת משיח, אז דעמאלט וועט זיין איש באחיו יגשו אז ס'קומט יהודה מיט יוסף'ן צוזאמען, והיו לעץ אחד בידי, און ס'וועט זיין מיטן גאנצן שטורעם אין משיח'ס צייטן, יוסף און יהודה צוזאמען, ובפרט ווי מבואר אויך, אז מ'מאכט דערפון א התחלה אויך אין דעם אופן לימוד התורה, איז דאך דא דער לימוד התורה, וגדול לימוד למביא שמביא לידי מעשה און דער לימוד התורה פון יגדיל תורה ויאדיר וואס דאס איז דאך די ביידע אופנים פון יוסף אין לימוד התורה און יהודה אין לימוד התורה, וואס דאס איז ווי ס'קומט אראפ אין ענינים של מעשה בפועל, און ווי מעשה וואס ס'קומט לאחרי דעם גאנצן שטורעם פון יוסף'ן, ביז וואנענט אז ס'ווערט לאחדים, ביז כאחדים ממש. וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן וואס לעולם קוראים לפני ראש השנה אתם נצבים לפני הוי'אלקיכם כולכם און מ'רעכנט אויס דערנאך אויך די מעלה ווי זיי שטייען אויך בפרטיות, און אין דעם אלעם איז נמשך דער ענין פון נצב מלך, אז אין יעדער אידן ווערט נתגלה די ניצוץ פון מלך משיח וואס איז דא אין יעדער אידן, וואס דאס האלט נאך מערער צו די תגלת משיח'ן בפשטות, און היילט נאך מערער צו די גאולה האמיתית והשלימה בפשטות, למטה מעשרה טפחים, די פשטות בפשטות, אין וועלכע ס'איז אויך דא דער פשטות וואס נעמט זיך פון פשטות האמיתית, ביז ניט נאר ווי זי נעמט זיך פון דארטן, נאר ווי זי ברענגט אראפ די פשטות האמיתית אין פשטות פון יעדער אידן,
¶12כידוע דער מאמר פון נשיא דורנו בנוגע דעם ענין הפשטות ובנקודה האמורה. וואס דאס איז אויך, כמדובר, בהמשך להאמור, אז די עבודה ווערט געטאן אין אן אופן פון עיבור, וואס דאס טוט זיך מתוך הרחבה, בפשטות דער ענין פון עיבור, האט מען דאך א ריבוי ימים לגבי שנות פנת הלבנה, כפשוטה, ביז אויך לריבוי ימים לגבי שנת החמה, און די אלע ענינים קומען אראפ פון דער פשטות למעלה ביז אין פשטות דלמטה, בא יעדער אידן, האנשים והנשים והטף, אז זיי האבן אין זיך סיי די ענינים ווי זיי שטייען אין פשטות האמיתית בתכלית הרוחנית, ביז ווי זיי קומען אויף דורכגייען-דורך און נעמען-דורך און זיינען ממשיך דעם גאנצן סדר השתלשלות, ביז זיי קומען אראפ אין דער פשטות דא למטה, בפשטות בגשביות. וואס דאס איז אויך פארבונדן דערמיט, כאמור, וואס די עשרת ימי תשובה בכלל, ובפרט ערב יום הכיפורים, איז אט דעמאלט א תוספת אין דער תשובה עילאה, ביז וואנענט אז דאס ווערט אויך פארבונדן א תוספת אין דער שמחה פארבונדן מיט תשובה עילאה, ביז וואנענט אז דאס איז אויך דא דער קילוי יתנה בערב בשיעה ובעשירי, דורך דערויף וואס אוכל בערב יום הכיפורים, ובפרט נאך אין סיום היום, און מ'גרייט זיך צו די סעודה שניה ביום זה, ביום שהוכפל כי טוב, און וואס מ'גייט פון אים אריין אין יום הרביעי, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיטן ענין פון שנת העיבור, כמובן בפשטות, און אויך פארבונדן מיטן ענין פון לרביעי אין בני יעקב, וואס דאס איז דאך דער ענין פון יהודה, און נוסף על כל הענינים הרמזים בזה, דער ענין בפשטות
¶13אז ס'זאל זיין אט דער וואס נצר משבט יהודה איז לא עיקבם אפילו כהרף עין, און ער קומט תיכף ומיד ממש, און נעמט ארויס יעדער אידן און אלע אידן תיכף ומיד ממש, און שוין ביז דעמאלט ווערט אויך אפגע'פסק'נט, און ס'איז שוין אפגע'פסק'נט געווארן, און ס'שטייט שוין בגלוי, און ס'האט שוין אנגעהויבן נתקיימט, נתקיים ווערן בפשטות בכל אותיות האלף באות, וואס אף על פי וואס מ'וועט דערמאנען איינע פון זיי, איז דאס כולל אין זיך אויך אלע איבעריקע, אז דאס איז א שנת עורל און שנת ברכה און שנת גילה און שנת דיצה און שנת הוד והדר און שנת ועד טוב און שנת זכיות גדולות און שנת חיים טובים וארוכים ושנת טובה גדולה, ושנת יעודים טובים, און שנת כלכלה, און שנת לימוד, און שנת מרומים, און שנת ניסים גדולים, און שנת סימן טוב און סייעתא דשמיא, און שנת עת והדר, און שנת פדות, און שנת צהל וצדקה, און שנת קדושה וקוממיות, און שנת רוממות, ושנת שמחה וששון ושנת תורה תשובה תפילה ותהילה, וואס די אלע ענינים, כאמור, זיינען שוין נמשך געווארן און שוין מקויים געווארן, און דערנאך האט מען דאך נאך כמה שעות אין ערב יום הכיפורים, און דערנאך די אכילה פנימית פון דעם יום הכיפורים, און דערנאך דער מוחרת יום ה מוצאי יום הכיפורים, לא כחול בשמחה לחמך, און דערנאך דער שם השם דער מוחרת יום הכיפורים, און די ד'ימים שבין יום הכיפורים לחג הסוכות, און זמן שמחתינו שבעת ימי הסוכות, און שמיני עצרת און שמחת תורה, און דערנאך שבת בראשית, וואס ער איז אויך דער שבת מברכים,
¶14החדשים של כל החודש שלאחרי זה, בכח וואס דער אויבערשטער האט געבענטשט ראש-חודש תשרי, כידוע תורת הבעל שם טוב, וואס דער אלטער רבי האט געהערט פון מגיד און ס'איז דערגאנגען צו אונז על ידי נשיא דורינו, זאל מען האבן די אלע ענינים, בטוב האמירי והנגלה, ולמטה מעשרה טפחים, הויבנדיק פון א שנה טובה ומסוקה בפשטות בגשמיות, מיט אלע ענינים הכלולים בזה, און די אלע ענינים שטייען בגלוי. און מ'האט, כאמור, א שנה וואס ס'איז כולל אין זיך אלע ברכות, וואס יעדערער פון זיי הויבט זיך אן מיט אן אות פון אלף בית, וואס איינעם פון זיי אדער צוויי פון זיי האט מען דערמאנט לפני זה, זאל דאס שטיין ניט נאר בראשי-תיבות נאר בגלוי ממש, ובתוסיף וביתר שאת וביתר עוז, און דערנאך נמשך ווערן הלוך והוסיף ואור. ובפרט נאך אז מ'וועט נאך מוסיף-זיין אין ענינים של בנינים, אנהויבנדיק מוסיף-זיין אין בנין המלכות, וואס מ'איז זיך ערבונה במשך עשרה ימים שבין ראש השנה ליום הכיפורים, וביתר שאת איז דער בנין המלכות בערב יום הכיפורים, וואס דעמאלט איז מען בונן צוויי ספירות פון איר, משא'כן בשאר הימים, כמבואר בפרי עץ חיים. און דאס ווערט אויך נמשך אין בנינים בגשמיות העולם, וואס זיי ווערן דערנאך, אפילו אז דאס איז מלכתחילה א בנין של רשות, מאכט דאך א איד פון גשמיות רוחניות, על אחת כמה וכמה פון א בנין ווערט דאס א בנין של תורה און א בנין של תפילה און א בנין של צדקה, און דאס, כאמור, האלט דאס נאכמערער צו די הורדה און די השלמות הבנין פון מקדש אדנ'כוננו ידיך בהגאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש,
¶15און ס'ווערט א שנה פון תשמוד ידיך סיי פון תמידים כסדרה און שמיים הוספים כהלכתם האט מען ניט אויף זיך קיינע חובות, מערניט ווי זכיות, ובפרט נאך די זכיות וואס זיי זיינען זכיות הכי נעלית, דורך דערויף וואס נפחו מן הקצה אל הקצה, און וואס דאס איז נאך א העכערער אופן אין זכיות, און ס'ווערט אויך, כאמור לעיל, השנה פון זכיות רבות, בהשנה של זכות, נוסף בעיקר אז שנת סגולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ולא עיקבן אפילו רגע אחד. וכמוזכר לעיל, אז וויבאלד אז דאס איז תשמ'ט, און מ'האט דעם ענין התשובה וואס דאס איז דער ערשטער אפטייטש אין תשובה, און תשובה עצמה תשובה עילאה מתוך שמחה הכי לאה און הכי גדולה, ובפרט נאך ווי תשובה שטייט אין ערב יום הכיפורים, ולאחרי אמירת על חטא וואס דאס איז שוין איין יום הכיפורים, און וואס דאס זאגט יעדער איד בלחש טאקע, וואס דאס באווייזט א כח פון א אידן, אז ער דארף ניט אנקומען צו א שליח ציבור וואס ער דאווענט בכח פון עשרה מישראל, נאר יעדער איד אלס א יחיד איז אין תורה מבטיח, און נאכמערער דער אויבערשטער מאנט, אז ס'זאל זיין דיר שהוי'באמצו אז מ'זאל פאדערן און פארלאנגען, און נאכמערער קראו ביותו קרוב, און ווי אפגעטייטשט, אז דאס מיינט מען כאן ליחיד צו יחידו שבנפש, ווי דער אפטייטש פון דעם אלטן רבי'ן, און דאס ווערט דערנאך נמשך אין יחידה בעולם, ובפרט ביום הכיפורים וואס דאס איז די יחידה שבזמן, וואס דעמאלט זאגט מען דאך אויך די עבודה של עבודת כהן גדול, און מ'זאגט דאס צוזאמען מיטן אנזאגן ווי יהי רצון אז ס'זאל זיין ונשלמה פרים שפתינו טייטשט ער אפ אויף דערויף אן ענין נפלא אין לקוטי תורה, אז אין ונשלמה פרים שפתינו ווערט אויפגעטאן אן ענין
¶16הכי נפלא, אז דורך דערויף וואס אנשטאט ברענגען די פרים אלס פרים און קרבנות במקדש, קומט יעדער איד און אלע אידן צו דער שלימות, דורך דער הקדמה וואס מ'הויבט אן פון שובה ישראל, עד הוי'אלקיך כי חשלת באביניך איז דוקא דורך דערויף ווערט דערנאך חוי'מכון דברים י'גמול מדות שהתורה נדרשת בהם, און ידי ג'מידות הרחמים, ביז אז דורך דערויף קומט א איד צו צו נשלמה פרים שפתינו ער ברענגט אריין נאך א גרעסערע שלימות אין די פרים, דורך דערויף וואס ער באצאלט זיי און איז זיי משלים דוקא דורך זיין דיבור בשפתים שלו, און ס'ווערט דערנאך אזוי נמשך במשך כל השנה בגלוי דער כח פון א אידן, ביז וואנענט למנה מכל מדידה והגבלה, ווארום ישראל, דורך אורייתא וקובה כולא חד, וישראל בכלל איז נאך העכער פון תורה, איז ישראל וקובה כולא חד ממש, וואס דאס איז דאך איר ענין במיוחד ביום הכיפורים, דערנאך קומט דאס אראפ אין אן אופן של שמחה אין שמיני עצרת און שמחת-תורה, אבער ס'איז שוין דא און דא אין אן אופן של מזומן ביום הכיפורים, אז דעמאלט איז מען ניט נאר דומם למלאכים, נאר מ'שטייט העכער פון מלאכים, ווארום מ'איז איין זאך מיט יחידו של עולם. וואס דאס איז דאך די עבודה ביום הכיפורים, יום וואס ס'האט אין זיך חמשה תפילות, וואס דאס איז דאך חמשות תהי'לפרעה, וואס דאס איז פריעו כל מהורים, וואס דאס מיינט מען עצמות ומהות, וואס מ'האט בשלימות די ארבע הידות זיינען ווערן יהיו לכם און דאס האט מען שוין אין זיך דורך כוחו ומעשה ידו כביכול, און דערנאך האט מען אויך די חמישית דורך דער חמש תפילות, וואס דער ענין אין חמש תפילות איז דאך דער גאנצער טאג ווערט אנגערופן יום הכיפורים וואס ער איז א טאג פון חמש תפילות,
¶17ויש לומר אז די התחלה בזה הויבט זיך שוין אן בערב יום הכיפורים, וואס ער ווערט דאך אנגערופן ערב ווארום ער איז דער מוחין און גרייט-צו, און דורך אים האט מען בשלימות ובמזומן כל עניני יום הכיפורים שוין אין סיום וחותם פון ערב יום הכיפורים,
¶18תפילת מנחה, לאחרי הדיבורים, ולאחרי טיילן אויף צדקה, און טיילן לקח, און קומט דאס דערנאך אראפ אין סעודה כפשוטה דוקא, ווי דער דין איז אין דער אכילה וואס סמוך ליום הכיפורים, אבער בסיום פון ערב יום הכיפורים. און יהי רצון, אז ס'זאל זיין גלייך, זאל מען די אלע ענינים זען בעין בשר, ביז אין אן אופן פון והיו עיניך רואות את מוריך ולא יכנף עוד מוריך, ובפרט נאך וואס מ'האט דאך אויף דערויף דעם כח, ווי דער שיעור חומש פון היינטיקן טאג, ווי דערמאנט פריער, אז יעקב חבל מחלתו און פאר דערויף, אז דאס איז איין זאך מיט הוי און פועל'ט אויך יצוב לפני זה, מ'איז שוין אנגעזאגט, יצוב גלולות עמים למספר בני ישראל אז מ'נעמט-איין די גאנצע וועלט און ס'ווערט היתה להוי'המלוכה, אז ווי מ'פסק'נט אפ אין רמב עם בנוגע צו מלכות משיח, וואס דאס איז דאך די מלכות של הקב,"ה, כפסק דין הידוע, און געבראכט כו'כמה פעמים אויך בדיבור, און ס'זאל זיין די אכילת הסעודה אין אן אופן אז מ'האט שוין אין דערויף די אכילה פנימית פון יום הכיפורים, און ס'ווערט גלייך דם ובשר כבשרו, נוסף אז דערנאך ווערט דאס ולכיותם ברעב, און די הוספה בהחלטות טובות, כמובא לעיל, על ידי וואס מ'האט שוין נוסף געווען החלטות טובות, דורך זאגן אדער טראכטן אז ארוני מקבל עליהם מצוות-עשה של ואהבת לרעך כמוך, נוסף וואס מ'האט דאס געזאגט יום זה עצמו לפני התפילה, ב הוספה וואס מ'האט דאס געזאגט בכל ימי התשובה שלפני זה, כולל אויך אין ימי ראש השנה שלפני זה, און ס'ווערט די אחדות אהבת ישראל ביז אין אן אופן פון אחדות ישראל
¶19ווערט דאך בטל תיכף ומיד די סיבת הגלות, ווערט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה, אז תלוקטו לאחד אחד בית ישראל און ווער איז דער מלכה? דער אויבערשטער אליין, און גייט צוזאמען מיט זיי בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו ומלקינו דער אויבערשטער, מלך ישראל ומלך על כל העולם כולו בראשם, און ניט נאר בראשם נאר ביחד עמם, אין שבותם, גייט מען אין ענני שמיא, לארצנו הקדושה, ארץ אשר תמיד עיני הוי'אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה און שנת העיבור, כמוזכר לעיל, ביז ווי דאס ווערט אנגערופן שנה תמימה, מיט אלע אפטייטשן וואס ס'איז דא אין דעם ענין התמימות, אנהויבנדיק אין עבודה תמין תהי'עם הוי'אלקיך, און דערנאך אויך דער אפטייטש, אז דאס איז אויך פארבונדן מיטן ענין פון טעמות, אז דאס ווערט ניט נאר א חלק פון דעם אויבערשטן, יעקב חבל נחלתו, חלק הוי'עמו נאר ס'ווערט אויך ווי טעמות ממש, ווי געזאגט אין לקוטי תורה אין פירוש פון אתם נצבו אז מ'איז עובר בין הבתרים, און מ'ווערט איין און איינציקע מציאות און איין און איינציקע זאך, און אזוי ווערט דאס נמשך במשך כל השנה. במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז שוין גלייך ווערט דאס א שנה טובה ומוברכת בגלו, ווי בכל הפירושים ובכל הברכות, ביז די ברכה העיקרית, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, תיכף ומיד ממש, וואס דעמאלט האט מען דאך כמים לים מכסים, און מ'האט אויך אלע ברכות, ווי ער זאגט דארטן לפני זה, אז מ'האט רב טוב גשמי, ביז המהדנים און די אלע ענינים במילא איז עוסקים עוסק כל העולם כולו, על אחת כמה וכמה פון אידן, און לדעת דעת בוראן כפי השגת בן
¶20אדם, און נאך מערער כמובא על ידי נשיא דורנו דער פתגל פון זיין פאטער, אז אילול ידעתיו הויתיו. וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן, ווי אראפגעבראכט בכמה ביאורים ובכמה ענינים ובכמה פרטים, אנהויבנדיק פון דעם נשיא דורנו בלפני זה, וואס דער לפני זה קומט צוזאמען מיט אים צוזאמען, בפרט נאך אז ער איז דאך געווען א בן יחיד פון דעם נשיא, און לפני זה מלכתחילה אריבער דער רבי מהרש, ולפני זה דער ענין פון צמח-צדק, וואס דאס איז דאך אויך די שני ענינים וואס ס'איז דא אין משיח צדקנו, סיי צמח און סיי צדק, און לפני זה דער ענין פון דעם מיטעלן רבי'ן און דער אלטער רבי, און כולל אין זיך זיכער דער ענין פון דעם מגיד, און דער בעל שם טוב, און דער אריז ל און זהר, דער בו יפקו ובו גלותא ברחמים תיכף ומיד ממש ובפשטות, ולא ייכבן אפילו כהרף עין, און מ'שטייט כהרף עין, בארצנו הקדושה, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, ובירושלים עיר הקודש,
¶21ובהר הבית, ובהר המקדש ובבית המקדש, און אין קודש הקדשים, צוזאמען מיט דער עבודה פון דעם כהן גדול, וואס כאמור טייטשט אפ דער אלטער רבי בפשטות, אז דורך דערויף וואס אידן וועלן דאס זאגן בשפתנו, וועט דאס דעמאלט זיין בתכלית השלימות, במילא איז אויך לעתים, לבוא, האבן זיי דעם ענין ווי ס'שטייט אין קודש הקדשים, און מיט נאכמערער שלימות ווי ס'איז בשעת עבודת הכהן גדול על ידי הכהן גדול, אחת בשנה און אחת בנפש און אחת בזמן, האט מען דורך, און משלמות ספרים שפתינו, ווי מ'זאגט דאך בפשטות די עבודה בכל יום הכיפורים על ידי אנשים נשים וטף, זאגט דער אלטער רבי בפשטות ובפנימיות התורה, איז אבער נתפרנסון מיני'אז דאס שטייט בגלוי אין אותיות הדפוס, און פאר דערויף אין אותיות הכתב, און פאר דערויף אין אותיות הדיבור, און פאר דערויף די אותיות המחשבה, און אין מחשבה פנימית, און פון פנימיות התורה ביז אין פשטות, אז ס'ווערט דער ונשלמי ספרים שבתינו בכל הענינים ובכל הפירושים פון עניני ערב יום הכיפורים, ותיכף ומיד אין נשלמה פרים שפתינו ביום הכיפורים, אין יום הקדוש אחת בשנה, ותיכף ומיד פון בקסל ליום חגנו, אין דער המשך כל השנה כולה, ומתוך שמחה פנימית ושמחה גדולה, ו שמחה ותשמח והקהל את העם והאנשים והטף בפשטות, אז כמחת הכתיבה והחתימה וגמר חתימה טובה למטה מעשרה טפחים, תיכף ומיד ממש. אמן.