English
ספרייה
kind
paragraph
order
Mx
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דאס איז דאך אויך די שייכות מיוחדה וואס ס'האט צו אן אסיפה, וואס זי איז אן אסיפה פון נשון ובנות ישראל, ווי מ'זעט דאך אויך בפשטות, אז ווער שטעלט אוועק די הנהגה פון הויז, אז זי זאל זיין ווי א אידישע הויז דארף זיך פירן, אויף וועלכע דער אויבערשטער זאגט, ווי דערמאנט פריער, אז בשעת דער איד מאכט פון זיין הויז א מקדש איז שכנתי בתוכם הענגט דאס אפ אן עקרת הבית, אן דער פרוי פון דער באלעבאסטער פון דער הויז, און בשעת זי האט קינדער מיידערלעך, איז זי אויך מחנך אין אזא אופן, אז בא זיי ווערט א דבר הכי פשוט, אז בשעת ס'וועט קומען די גליקלעכע צייט, און זי וועט ווערן א קלה, און דערנאך אן עקרת הבית, און אנפירן אויפשטעלן און אנפירן מיט אן אייגענע הויז, וועט דאס זיין א בית בישראל, אן אמת'ע אידישע הויז, וואס במילא איז דאך זעלבסט-פארשטענדליך אז דאס איז געבענטשט סיי בגשמיות סיי ברוחניות.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים