Paragraph
Paragraph rh-qz28pvwb
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-wnt24psv
- order
- it
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט ויקהל פקודו וואס דאס איז דאך די איינציקע סדרה, ס'איז דאך ניט ס'איז דא צוויי סדרהס, נאר דאס איז אן איין און איינציקע סדרה בימים אלו, אין דער סדרה עצמה, דער ענין פון חמישה שבה, איז דאך דאס חמישה פון ביידע סדרהס, כמובן וגם פשוט, איז אט דאס איז אויך דער כללות'דיקער ענין פון די עבודה האמורה איז, אז ס'איז דא דער ענין און דער ציוו און דער סינת-כח אויף ויקהל אז מ'קלייבט צוזאמען. פארוואס דארפן זיי צוזאמענקלייבן? ווארום מצד בריאת העולם, עאכו כמה וכמה חושך הגלות, ווערט דאס מפוזר ומפורד בין העמים. זאגט גלייך תורת אמת און תורת חיים הוראה בחיים, און דאס ווערט בהדגלה שבוע זה, אז צו יעדער אידן האט מען אנגעזאגט ער זאל זיין בדוגמת ווי מ'האט אנגעזאגט משה רבינו, וואס בא יעדער אידן איז דאך דא דער ענין פון משה רבינו, און בפעולה במעשה בפועל, אז ער זאל זיין ויקהל אנהויבנדיק צוזאמענקלייבן זיינע ניצוצי קדושה המפוזרים, און זיינע כחת הנפש המפוזרים, ואין מקרא יוצא מידי פשוטו, צוזאמענקלייבן די אלע אידן וואס ארום אים, על אחת כמה וכמה אין א שנה המסוגלת לזה, וואס דאס איז דאך שנת הקהל את האנשים והנשים והטף, און מ'מאכט פון זיי אין קהל קדוש אחד וכו כמדובר בארוכה. בפרט נאך אז דאס ווערט געטאן מתוך שמחה, וואס שמחה איז דאך פורץ גדר, און מ'זעט דאך אויך בפשטות, אז בשעת השמחה איז פאלן אפ די מחיצות און די מחלוקת'ן שבין אחד לחבירו אדרבא ס'ווערט אתה ואשתך ובנך ובנותך ועבדך ועמתך והגור אשר בשערך ווערט דאס איין מציאות וואס איז סוד על שולחן אחד. וואס דאס איז דאך מאחד ווי מ'האט געלערנט אין די שיעורי רמב״ם שלפני זה בארוכה בדבר.
- proofread
- 0