עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-qrrwdcpv

kind
paragraph
order
Ib
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
יום-טוב פון שבת, דערפאר וואס הבדלה איז שייך בין הכבוד מן החמור אלא הקל, משא'כ להיפך, וכמדובר בארוכה, אין די התוועדות שלפני זה. וואס דאס האט אויך א שייך מיוחדה צו קביעות בשנה זו, וואס דאס איז ביום השלישי שהוכפל בו, כמוזכר לעיל, און דאס קומט אויך בקשר וואס בשנה זו, כמדובר כמה פעמים, לייענט מען דעם ענין פון זאת הברכה אשר ברך משה, וואס ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז משה איז דאך דער ענין פון קודש און דער ענין פון תורה, מיט כמה ענינים פון וועלכע ס'איז פארשטאנדיק בפשטות, אז משה איז ענינו קודש, על דרך ווי משה קיבל תורה מסיני ער איז געווען דער מקבל הראשון, כמילא איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז דער ענין פון קודש בכל התוקף, והתחלה שבו והטהרה שבו, מיט אלע תוארים וואס מ'קען אויף דערויף זאגן. על דרך זה אויך ווערט נאכמערער מודגש בקביעות שנה זו, כמוזכר לעיל, אז די שנה הויבט זיך גלייך אן מיט ענינים של חזקה, ביז וואנענט אז מ'זאגט אז חזקה עצמה ווערט איבערגע'חזר'ט ג'פעמים, וואס דאס איז צוויי מאל א חזקה אין חזקה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions