פסקה
פסקה rh-qr2dd8ha
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-6sy56fsj
- order
- Nc
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דא האט זיי דער אויבערשטער מכבד געווען און האט זיי געגעבן עשירות, ביז אין אזא עשירות, אז זיי קענען ארויסהעלפן צו אידן ארום זיך און צו ניט-אידן ארום זיך, און ארויסהעלפן מיט א ברייטע האנט און מיט א פריילעכע הארץ און מיט פריילעכקייט, און געבן בסבר פנים יפות, דערפאר וואס ביי אים פעלט ניט דורך דעם, ואדרבא דאס וואלט אים אויך ניט געשטעלט ווען ער דארף אפילו צונעמען בא זיך, ובפרט נאך אז ס'איז דאך א זיכערע זאך, אז דער אויבערשטער איז משלים, אז דאס וואס מ'העלפט ארויס א צווייטן מענטשן, על אחת כמה וכמה א צווייטן אידן, איז העלפט דער אויבערשטער ארויס אשר בשביל שתתאשר, נאך מחמר עשירות, ביז אויך אשר פון לאסן עשירית, אז דער אויבערשטער גיט אים צען מאל אזויפיל, ווי ער האט געגעבן אויף צדקה בכלל, און אויף הילף א צווייטן אידן במיוחד באקומט ער צען מאל אזויפיל, און נאך פון דעם אויבערשטן מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, און נאך מערער בסביל שתאשרי, וואס דאס איז נאך על דרך ווי יעקב אבינו האט גלייך געזאגט און געזאגט, אז דאס נעמט ער מיט און גיט דאס איבער בירושה צו אלע זיינע קינדער, און אייניקלעך, וואס דאס איז דאך יעדער איד, סיי מאן א
- proofread
- 0