transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1אויף ”פדה בשלום נפשו” וואס דאס איז דאך אויך די התחלה הרגילה פון כמה מאמרים, ברענגט מען אראפ דעם מאמר הזל אויף ”כל העסק בתורה ובגמילות חסדים ומתפלל ים הציבור” איז מה לי אני הלך כאילו פדני ולבנה מבין האומות, וואס פדני ולבנה מבין האומות דאס איז דאך דער ענין פון דער גאולה העתידה על ידי משיח צדקנו.
¶2דער אלטער רבי איז דאך מדייק אין דער אגרת וואס ער האט געשריבן דער יצחק באדיטשעווער, אז בשעת ער האט געזאגט דער ”פדה בשלום” איז דעמאלט איז ער נפדה געווארן בשלום איז דאך דערפון א משמאות, אז דאס האט א שייכות אויך צו דער גאולה העתידה, וואס בכללות איז דאך דאס אויך פארשטאנדיק, אפילו פון די אגרת הקודש ”אין ישראל נגאלן אלא” בצדקה,
¶3אז די גאולה פון פנימיות הנפש פון א אידן איז דאס איז די ביאת משיח הפרטית, די גאולה פון ניצוץ השכינה, וואס דאס איז אין דער נשמה,
¶4על אחת כמה וכמה פון א נשמה כללית, און דאס האט דאך דעמאלט איז דאך געווען די גאולה פון תורת החסידות ועניניו, פון 'פנימיות התורה', וואס דאס איז דאך דער 'פניך הוי' איז דאך א פשיטא,
¶5אז אט די גאולה איז דאס פארבונדן מיט דער גאולה פון משיח'ן, וואס דאס איז דאך אויך דער תוכן הענין, אז ווען איז קאתי מר כפשוטו ווען ס'וועט זיין יפוצו מעיינותיך חוצה תורת החסידות אין אן אופן פון הפצה, ביז דאס וועט דערגרייכן צו חוצה וואס דאס איז דאך דער שכל פון 'נפש הבהמית', דער שכל האנושי.
¶6וויבאלד אז מ'זאגט אז די סיבה אויף דערויף איז דער ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים ומתפלל אין הציבור” איז דאך דער משמאות, אז אין די אלע דריי ענינים איז דא די ענינים פון משיח'ן, פון דער ”פדלני אני ובני מבין האומות” סיי אין תורה סיי אין גמילות חסדים סיי ”אין מתפלל אין” הציבור.
¶7און דאס שטייט אין די ווערטער גופא.
¶8וואס דאס איז דאך וואס תורה שטייט ניט דער לשון ”כל הלומד תורה” אדער כל הידוע תורה וכיוצא בזה, נאר דער דיוק איז ”כל העוסק בתורה”.
¶9אזוי איז אויך ניט אין גמילות חסדים איז ניט דער לשון צדקה, נאר גמילות חסדים, און אזוי איז אויך בא תפילה שטייט ניט תפילה סתם, נאר תפילה אן הציבור.
¶10דער ענין פון משיח'ן וועט זיין, ווי ער זאגט אין דעם מדרש פון היינטיקער סדרה פון פרשה וישב אויפן ענין פון פרץ'ן, אז פארוואס האט מען אים אנגערופן בשם פרץ אז ”רבה על כל הפריצים” אזוי איז דאך ”מלך פורץ גדר” לעצמו,
¶11וואס דערפאר ווערט יעדער מלך אנגערופן בשם פרץ און פרץ וועט פון אים זיין דער וואס ”רבה על כל הפאריצים”, וואס דאס איז מלך המשיח, וואס ער וועט זיין א מלך על ”כל המלכים שהיו לפניו”.
¶12וואס ווי ער ברענגט אראפ אין הגדת בראשית, און ער זאגט אויך אין בראשית רבה, אז דערפאר ווערט משיח אנגערופן ”עלה הפורץ לפניהם” וואס דאס איז דער ענין פון משיח.
¶13דער ענין פון פרץ איז, כפשוטו, אז ”מה פרצת עליך פרץ” אז ער טוט ניט כפי מנהג העולם.
¶14וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון ימי המשיח, איז דאך ניט אז דאס איז אן ענין פון גן עדן, וואס דאס איז לגמרי ניט אין וועלט.
¶15ניט וועלט ווי וועלט איז מיט אלע אירע מדידות והגבלות, נאר דאס איז מחבר די שני הפכים.
¶16אז אין אן ארט וואס ס'איז דא ימי וצפונה וקודמה ונגבה וואס דאס איז דאך א הגבלה פון ד' רוחות איז אט דארטן דוקא זאל מען דורכטאן דעם ענין פון פרץ ופרצתר.
¶17וואס דאס איז דאך דער אויפטו פון משיח'ן, אז ס'וועט זיין ווי ער זאגט אין רמב אן אדם, און ער איז דוקא בהיותו אדם, און אין 'עולם הזה' וועט ער דארטן איינפירן אט די סדרים פון ימות המשיח,
¶18וואס אויף זיי שטייט אז דאס איז אין אן אופן פון ”פורץ גדרו של עולם” ”עלה הפורץ לפניהם”.
¶19דער 'תכלית השלימות' לימות המשיח איז דאך תלוי בעבודתינו במשך זמן הגלות, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז ס'דארף זיין במשך זמן הגלות אויך אן אופן העבודה פון משיח'ן.
¶20וואס נקודתו איז דאך דער ענין פון עלה הפורץ פון פורץ גדרי של עולם דארף אזוי זיין אין עניני העולם 'בזמן הגלות'.
¶21דער עולם איז דאך אלס ”שלשה קוין העולם עומד על התורה ועל העבודה ועל הדמילות חסדים” איז דאס איז דאך אן ”עולם מלשון העלם והסתר”, אויף אראפברענגען משיח'ן,
¶22וואס דאס ער דארף מאכן אין עולם ימות המשיח דארף מען אין די אלע ג' כוין, אין ”תורה עבודה וגמילות חסדים”, דארף זיין אין אן אופן פון עלה הפירות לפניהם, אן אופן פון ופרסתו וואס דערפאר זאגט ער, אז וואס איז דאס, אז ניט דער ענין פון תורה סתם, וואס דאס קען דאך זיין, ער לערנט תורה ווען ער האט אויסגערועט, ער לערנט תורה ווען דערפאר אים איז געשמאק דער שכל,
¶23ער לערנט תורה דערפאר וואס ער האט ניט קיין אנדער זאך וואס צו טאן, ער לערנט תורה דערפאר וואס מ'צאלט אים דערפאר פון כולל ער זאל זיצן און לערנען.
¶24דאס איז סתם דער ענין פון תלמוד תורה, וואס אויף דערויף האלט זיך אויך א גאנצע וועלט, אבער דאס קען זיין א וועלט, ווי גערעדט אין מאמר, אז ס'זאל זיין מערניט ווי ”ממלא כל עלמין און סובב כל עלמין” שטייט בהעלם והסתר,
¶25אז דער יש ונברא זעט זיך אן פאר א מציאות בפני עצמו, אבער אט דאס וואס ער איז א מציאות בפני עצמו איז דאך אויך ”בדבר הוי' שמים נעשו” ווי ער איז מבאר בארוכה אין שער היחוד באמונה, אז דער דבר הוי' דארף שטיין תמיד להבותו ולהכיותו ולקיימו, אז ניט וואלט ער געווארן עין ואפס כמו שהי' מקודם.
¶26אבער דער דבר הוי' קען שטיין אין אזא אופן, אז ס'זאל זיין א היפך פון דעם אויבערשטן, ביז וואנענט עס קען זיין אויך רחמנא ליצלן המנגד אויפן אויבערשטן און ועל משיחו.
¶27אויף דערויף דארף מען האבן, אז דער עמוד התורה זאל מען אין אים איבערמאכן, אז ער זאל זיין נוסק בתורה, אז ס'ווערט נשתנה דער עמוד אויף וועלכן דער עולם שטייט, ווערט בדרך ממילא נשתנה דאס וואס ס'שטייט אויפן עולם, וואס דאס איז די עניני העולם.
¶28און אט דא זאגט ער, אז ווי דארף זיין דער ענין פון תורה דארף זיין דוקא ”העוסק בתורה”.
¶29האט דער רבי אויף דערויף מסביר געווען דער רבי די שווער אין א שיחה, אז עוסק איז דאס כפשוטו, על דרך ווי אין אן עוסק פון מסחר.
¶30אן עוסק פון מסחר איז ניט דער סדר אז א סחר זיצט בא זיך בהיכלים, און אנגעבלאזענערהייט, און ווארט ביז וואנענט מ'וועט קומען און מ'וועט אים אפגעבן כבוד און זאגן הער זיך איין, טו מיר א טובה, פארקויפ מיר דיין סחורה ניט אויף אזא אופן פירט זיך אין עולם המסחר.
¶31דער עוסק איז, אז ער גייט און זוכט-אויס א קונה, און ער איז גאר קיין נפקא מינה ניט צי דער קונה פארשטייט די תועלת הדבר צי ניט, און ער לייגט זיך אריין בכל כחו ומודו אויף פועל'ן בא פ אז ער זאל ביי אים קויפן די סחורה.
¶32און דערפאר טאמער איז ”ביום החלני חורב וקרך בלילה” בשעת ער שלאפט איז חלומ"ט זיך אים די עניני מסחר, ווי מ'זעט דאס במוחש, און בשעת אפילו נאך די שעות וואס דער געשעפט איז געשלאסן ליגט ער אלץ אין תחבולות ווי וועט ער קענען מארגן אינדערפרי עפעס אויפטאן א נייעסט במסחרו,
¶33און האלט זיך ניט איין, און קלינגט-דורכן קליפאן און וועגט-אויף יענער ממיטן נאכט, אפשר וועט ער קענען פארכאפן מיט עטלעכע שעה פריער סוכתא א תחבולה ”ויאב מה שלו, קדמינו אחר”, וואס יענער קען זיין איז א גרעסערער ערוך פון אים, דארף ער זיך אריינכאפן, קודם שעלו א שמש, בשעת
¶34שתמברכי נפשי' שטייט, אז די שמש פארגייט איז ”כל חיותי תרף” הויבן דעמאלט אן מיט חבולות וואס מ'קען אויפטאן אין וועלט?
¶35לא טרוב טרף אזוי ווי ס'איז אויך לא טרוב טרף ביתו איז ניט שייכות צו זאגן ישראל ביום ברענט ער זיך אויפן זו און ביינאכט פריט ער אויפן קעלט, און דאס איז אלץ טאמער וועט ער עפעס אויפטאן א נייע המצאה אין מסחא, וואס לא הי' לעולמים.
¶36און על דרך זה דארף זיין אויך דער 'לימוד התורה', אז ניט ער דארף ווארטן ביז וואנענט דער אויבערשטער וועט קומען צ מ'איז דאך שוין אויסגעשלאפן און האסט שוין אפגעגעסן און אפגעטרונקען און אפגערעדט די תברות אחרות און אפגעלייענט דעם פייפער און גערעדט שוין אלע דברים תם און וויפל א שיעור ווערט דאך פון זיך אליין פון זיך אליין פארנודיט.
¶37עפן אויף א ספר און קוק איין אין א אידישן ווארט, ס'איז פשוט הביזיון פאר דער ווייב אדער פאר להבדיל פאר דער שכתא וואס זעט אז דער באלעבאל טראגט זיך זאגט מען אים, אז ניט דאס איז דער סדר פון תורה.
¶38דער סדר פון תורה איז, אז ”חייב אינם חיים” ער איז מושקה ראשו ורובו און ניתנה רובו ס'איז דא אין רובו איז דא וואס אמאל איז רובו כי כולו ס'איז דא ענינים וואס מ'דארף האבן כולו אליין, אז ס'פעלט אפילו מיעוטא דמיעוטא טויג דאס אויך ניט, איז דער גאנצער ענין בטל, בדוגמא דער ענין פון סנהדרין, וואס זיי פסק'ענען אפ, אז המשאי ”ישראל צריכין פרנסה”
¶39בשעת אידן דארפן פרנסה איז מען געקומען צוגיין צו סנהדרין און געזאגט תמתי ”ישראל צריכין פרנסה”.
¶40און בא סנהדרין איז דער דין, אז ס'העלפט ניט אראפ אז ס'וועט זיין זעקס און דרייסיק, ס'העפט אפילו ניט אז ס'וועט זיין זיבעציק, אויב ס'פעלט איינער איז די גאנצע סנהדרין ניט קיין מציאות.
¶41וואס אזוי איז אויך אין עניני מסחר זעט מען במוחרץ, אז דער פועל איז אז מ'ליגט דארטן ניט נאר ”רובי ככולו”, נאר טאקע ככולו אן א כ' אדמיון און סיי ביי טאג און סיי ביינאף, וואס דאס איז דאך פורץ גדרי של עולם.
¶42'על פי דרך העולם' דארף זיין טאקע בזאתהפיך תאכל לחם ס'דארף אבער זיין בשעת ער עסט דעם לחם זאל ער דעמאלט ניט הארעווען בזאתהפיך.
¶43איצטער איז געווארן דער סדר, אז אפילו בשעת תאכל לחם איז ער אויך מושכן עניני מסחר וואס וועט זיך טאן אין א האלבע שעה פריער צי האט ער עפעס ניט פארפעלט, און ווי וועט ער מחדש זיין א ענין אין א האלבע שעה שפעטער.
¶44און על דרך זה ממש דארף זיין דער ענין פון תורה, אז ניט ער ווארט אויף כבוד מ'וועט אים אוועקזעצן אויבן אן, און מ'וועט אים קומען צוגיין זאגן הער זיך איין, זאג א שיעור, און לערנען פאר מיר א מאמר חסידות ו חכם יקראוך ורב יקראו לך במקומך ישיבוך נאר ס'דארף זיין דער ”עוסק בתורה” אז ער איז אינו ”חס על כבודו” און אינו חס על זמנו,
¶45און ער ווייס אז דאס איז אים נוגע בנפשו, דערפאר וואס בנפשו יביא לחמו איז ער זיך עוסק ביום ובלילה, ו”ביום הכלני חורה וכרך בלילה”, ותידת שנשים יאיני אפשר קען ער נאך עפעס אויפטאן אין דעם ענין פון תורה.
¶46און אט אזוי איז אויך שטייט אויך גמילות חסדים ניט דער ענין פון צדקה, ווי די גמרא זאגט אין סוכה, אז צדקה איז דאך מערניט לעניים, במילא איז דאך דאס א הנהגה וואס איז שייך קודם שיבוא משיח,
¶47ווארום דעמאלט וועט דאך זיין דער לא יהי' בך אביו די גמילות חסדים איז דא אפילו לאחרי שיבוא משיח, ווארום גמילות חסדים איז דאך ווי די גמרא זאגט ”בעין לעניים בעין לעשירים” אט אזוי דארף אויך זיין 'בזמן הגלות', אז ניט ער דארף ווארטן וואנענט בא יענעם גייט-אויס די נשמה,
¶48און דעמאלט וועט ער טאן א טובה, וועט אים געבן חי סענט, און טאמער איז ער גאר אין א גוטער שטימוג און ער האט ופרצתא וועט ער אים געבן חי מול חי סענט, ווארום ער זעט אז ס'איז פועל ממש אין יוצא נפשו,
¶49אפילו אז אים ווייזט זיך אויס אז יענער איז אן עשיר, און קען זיין אז יענער איז אים פועל ממש אן עשיר איז אויף דערויף שטייט ”אשר משכיל אל” דח ביותר שעה, אז בשעת דחקו מאיזו סיבה שתהי צי מצד קמצאנו צי מצד אן אנדער ענין איז ער זיך עוסק ”בעין לעניים, בעין לעשירים”,
¶50וואס דאס איז דער ענין וואס ס'איז פורץ גדרות של עולם בשעת בא יענעם רחמנא ליצלן איז יוצאי נפשו איז גדרות של עולם אז מ'גיט אים א פרוטה לעיני, בשעת אבער ער גיט אפילו ליישר מצד רב טובא אט דאס איז דער ענין וואס ער איז פורץ גדרות של עולם אין דעם צווייטן אמור, און אין דעם קו פון גמילות חסדים.
¶51און אט אזוי איז אויך אין דעם ליטן קוין תפילין הציבור קען דאך זיין אין א תפילה שלא בציבור און א תפילה בציבור, וואס על פי דין, על פי רמב אן שולחן ערוך, קען ער דאך יוצא זיין, אז ער וועט מתפלל זיין, ניט ווי גערעדט פריער, אז ער וועט צוזאמענקלייבן ”כל הניצוצות שלו” און מ'וועט מיט זיי מתפלל זיין, נאר ער וועט מתפלל זיין תפילתו, און ווי ער זאגט אין רמב אז כל צרכיו דארף ער וויסן
¶52איי וואס ער האט א ”קופה של שרצים תלוי'” מלפניו ניט מאחוריו איז דאס איז ניט נוגע די מצוה פון בקשת רחמה מהקב"ה האט ער מקיים געווען, זאגט מען, אז ניט דאס איז דער ענין פון פירות גדרו של עולם נאר דאס איז דער ענין פון 'קיום המצוה' לפי גדרו של עולם, דער פירות גדרו של עולם איז, אז ער איז מתפלל דוקא אין הציבור,
¶53אז אף על פי וואס אים גייט-אויס די נשמה ער דארף האבן דעם חונים לאדם דעת און השיבנו בתשובה שלימה, וכל י' בי"ס בקשות צרכיו האלט ער זיך איין מיט זיינע צרכיו הפרטיים, ביז וואנענט ער וועט ממלא-זיין ”שליחותו של עולם”,
¶54און וועט מקבד זיין און מצבר זיין די כל ניצוציו שבחלקו בעולם, און דעמאלט ערשטעלט ער זיך דאווענען פארן אויבערשטן און בעטן אויף מילוי צרכיו.
¶55וואס דאס איז דאך אויך דער היפך פירות ”גידור של עולם גידור של עולם” איז דאך אחייך קודמי לחיי חביך וואס איז אים נוגע וואס ס'טוט זיך מיטן ניצוץ?
¶56ער דארף האבן די צרכיו דארף ער זיך גלייך בעטן בא דעם אויבערשטן, זאגט מען, אז ער האט בא זיך אויסגעפירט דער פירות גידור של עולם אז ער איז מתפלל נאך דערויף ווי ער האט זיין ציבור, בשעת ער טוט אפ דעם אויבערשטנ'ס שליחות דערמאנט ער זיך, אז אים פעלט אויך אין זיינע ענינים, און בשעת ער איז ”פורץ גידור של עולם”, אין די אלע ג' עמודים אויף וועלכע דער עולם שטייט,
¶57איז בדרך ממילא ווערט אויך נשתנה און נפרש די גדרי של עולם וואס ער שטייט אויף די ג' עמודים, און בשעת ס'איז דא אט די עבודה במשך זמן הגלות, איז דורך די עבודה איז מען ממשיך דערנאך די ענינים בגילוי, אז ס'קומט ארויס דער ”עלה הפורץ לפנינו”, דא מלכא משיחא,
¶58און ווי ער זאגט נאכדעם פרצו ויהבירו אז ה' לפניהם ומלכם בראשם, אז בקרוב ממש, ווי ער זאגט אין מפרשי התנך, איז פרצו שבו הגולה די וואס קערן זיך אום פון גליות,
¶59ויעבירו, און מ'גייט-דורך-דורך א שער, דורך א ברייטער וועג, דערפאר וואס א שם לפניהם, דער 'שם הוי' איז מאיר בפנימיותם, ומלכם בראשם וואס דאס גייט דאך אויף מלך המשיח יחידו שבנפש, איז דאס איז בא זיי בראשם, ווי ידוע דער פירוש פון דעם אלטן רבי'ן אויף דער 'תפילין שבראש', אז ניט שעל הראש אויפן קאפ נאר שבראש אז דאס איז ביי אים אין קאפ,
¶60אט אזוי איז אויך ומלכם בוראשם די 'יחידה שבנפש' פון משיח'ן, וואס דאס איז יחידה הכללית, איז דאס איז פועל בא יעדערן אז ביי אים ווערט דאס איינגעקריצט בראשם אינעווייניק בפנימיות, אין זיין נפש, וואס דאס קומט אראפ בגלוי על ידי משיח צדקנו,
¶61אבער דאס ווערט אויפגעטאן על ידי עבודתינו במשך זמן הגלות, אז מ'ברענגט אראפ די מעיינות חוצה וואס דאס איז דאך א פריצת גדרות של עולם דעם ”מקור מים חיים” אריינשטעלן אין דעם חוצה אט דאס פועל"ט אויף דעם מלאה הפורץ לפניהם במשך זמן הגלות אין די אלע ג' כוין,
¶62און דורך דערויף אויך אין גאולה האמיתית והשלימה במהרה בימינו על ידי משיח צדקנו.
¶63לחיים.