Paragraph
Paragraph rh-qmzdb4br
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-gm9b4a42
- order
- 2x
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אין די טעג פון סוכות איז דאך חג הסוכות איז דאך שבעת ימים תעשה לך האט דאך זיבן טעג, דערנאך קומט נאך אויך אן אכטער טאג פון שמיני עצרת, וואס ס'איז טאקע א באזונדער יום-טוב און א באזונדער מאכן שהחיינו אבער צוזאמען דערמיט האט דאס אויך א שייכות און דאס מאכט נאך גרעסער די שמחה פון די טעג פון סוכות לפני זה, אבער אין די טעג פון סוכות פון די זיבן טעג געפינען מען זיך שוין אין דעם פערטן טאג פון ימי הסוכות, און אין דעם פערטן טאג שוין נאך מיטאג, נאך תפילת מנחה, האט מען דאך שוין דעם רעב דער גרעסערער טייל פון ימי הסוכות דורכגעגאנגען, און זיכער האט יעדערער פון אייך געטאן וואס ער האט געקענט, אויף זיין אליין מקיים זיין די מצוה פון ושמחת בחגך און אויך ווירקן אויף זיינע חברים, און מיידערעך אויף די חבר'טעס, און אזוי אויך אויף די עלטערן, אז יעדערער פון זיי זאל אויך מקיים זיין דעם ושמחת בחגך.
- proofread
- 0