transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1דער אויבערשטער בענטשן און מצליח זיין די אלע בר ויצוע, וואס דאס איז דאך במיוחד זייערער היו יום טוב, ווארום זמן מתן תורתנו זיינען דאך אלע אידן אויף אלע דורות געווארן מחוייב און זכאי בתורה ומצוותי,' ס'איז דאך דעמאלט געווען מתן התורה, צוזאמען מיט אלע אירע מצוות, און דערנאך ווערט דאס נתחדש, און תחסקות בא יעדער בר-מצוה ווען ער ווערט בר-מצוה, ובפרט נאך ווען ווי דער מנהג הטוב, אז דער בר-מצוה גיט אויף צדקה פון זיינע אייגענע געלט אין דעם טאג פון בר-מצוה, און אויב דאס איז שבת ויום-טוב ערב דעם טאג, אדער אויף מארגן נאכן טאג, על דרך זה אויך די עלטערן, דער פאטער און די מוטער, אדער באבעס די זיידעס וואס האבן זיי מחנך געווען און אויפגעשטעלט נאך אן אינגל אדער א מיידל, ס'זאל זיין א בר-מצוה אדער א בת-מצוה, האבן זיך א גרויסן זכות און א גרויסע שמחה בא דעם אויבערשטן, ווי גערעדט שוין מערערע מאל, ובפרט נאך אז אויך ווי דערמאנט, איז יעדערע פון די בר-מי ובת-מצוה'ן, און אויך פון זייערע עלטערן און מחנכות, און גיבן א צדקה בהוספה אויף דעם נתינה לצדקה אין וועלכע זיי זיינען איינגעוואוינט, און זיי וועלן אלע מצליח זיין אין אלע זייערע ענינים, אנהויבנדיק פון קיום המצוות בשמחה ובטוב לבב, מיט א געזונטער נשמה און א געזונטן גוף, און מיט א סך נחת פאר די עלטערן און פאר די מחנכים און פאר די מחנכות און פאר די אלע וואס האבן זיי ארויסגעהאלפן וועלן זיי ארויסהעלפן אין לערנען תורה און מקיים-זיין מצוות, און אלע צוזאמען, בפרט נאך נאך די הוספה אין תורה ומצוותי וועלן נאכמערער צוהיילן און אראפברענגען בפועל גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט ווערן דאך אלע אידן, בתוך כלל ישראל פון אלע דורות, נאכאמאל
¶2מחוייב ומזוקר אין תורה ומצוותי,' ווארום ס'איז דאך תורה חדשה מאיתי תצא, איז דאך פארשטאנדיק אויך, אז תורה חדשה ברענגט אויך נאך א הוספה און א תוספת חידוש אין כל עניני מצוות וכל עניני תורה ומצוותי,' על אחת כמה וכמה אז דאס אלץ צוזאמען הענט צו די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דאס איז דאך כביכול די גרעסטע מצוה פון דעם אויבערשטן איצטער, וואס ער ברענגט גלייך אראפ די גאולה על ידי מלכא משיחא, ולא ייכבם אפילו כהרף עין, און ס'ווערט דעמאלט, אז דעמאלט איז מען מקיים די אלע מצוות און די גאנצע תורה, כמצות רצונך, ווי דערמאנט מערערער מאל, און שוחדה החלטה בזה און די התחלה בזה, דורך געבן די צדקה, און מוסיף זיין נאך צדקות, וכמדובר כמה פעמים זאל נאכמערער צוהיילן די גאולה האמיתית שלימה, ולא עיקבן אפילו כהרף אים, און אין אן אופן פון נשא את ראש, אז יעדער איד און אלע אידן גייען מיט אן אויפגעהויבענער ראש, מיט א אידישער קאפ און מיט א אידישער הארץ און מיט אידישע משפחות, בר מצוה ובנות מצוה, מקבל זיין פני משיח צדקנו תיכף ומיד ממש, און דערנאך אלע צוזאמען בארצנו הקדושה, ובירושלים עיר הקודש, ובבית המקדש, וואס דארט איז מען מקיים דאך די מצוות הקרבנות, וואס דאס איז דאך כללות כל התורה ומצוותי', ובשמחה ובטוב לבב, און שוין די הכנה בזה, דורך תפילות, וואס תפילה איז במקום קרבנות תקנום כבדובר כמה פעמים, ובפרט אויך די תפילות וואס מ'האט ערשט געזאגט אין זמן מתן תורתינו און דעם שבת, וואס דאס איז דער סיום וחותם פון מתן תורה, און דערנאך איז זיי נאכמער מוסיף, און דער אויבערשטער איז גלייך מקיים די תפילה העיקרית פון יעדערע אידן, אז ס'זאל זיין די תפילה און גלייך מקויים ווערן, און זאל מקויים ווערן די
¶3תפילה, אז תוכף ומיד קומט משיח צדקנו, ותוכף ומיד זיי זיינען איר אלע און מיר אלע, און גאנץ דער אידישער פלק מיט די כל הדורות כולם, בא גאולה האמיתית והשלימה בארצנו הגדושה, און מ'איז מתפלל בברות המקדש תוכף ומיד ממש, און די צדקה וואס מ'וועט איצטער געבן זאל דאס נאכמער מזרז זיין און מקדים זיין, ותוכף ומיד, והוא העיקה, עיקר.