פסקה
פסקה rh-qhr6a7hc
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-3wf3wzk3
- order
- Q6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אלע צוזאמען כאיש אחד בלב אחד ווי ס'איז געווען בשעת מתן-תורה, איז מען דערנאך ממשיך פון דעם מעמד ומצב פון מתן-תורה, אז דאס זאל דערנאך אראפקומען בכל חלקי העולם פון וועלט, בכל חלקי המחשבה דיבור ומעשה, דורך דערויף וואס דאס איז אזוי אין אלע חלקים פון מחשבה דיבור ומעשה פון יעדער אידן און פון אלע אידן, מסטרף אלע צוזאמען, ווי דערמאנט פריער, אז אף על פי וואס צוליב די שליחות איז מען געווען כמה זמן יעדערער אין א באזונדער ארט אין וועלט, ארץ הקודש און א טייל אין חוץ לארץ, און דערנאך מזמן לזמן גייט מען ארויס פון דעם ארט און מ'איז איינגעוואוינט כדי צו ממלא-זיין דעם שליחות פון אויבערשטן אין נאכן א טייל פון דער וועלט, על דרך זה אויך די אלע נשיאות וואס אידן מאכן ממקומם פון תחת גפנו ותחת תאנתו, כדי דורך דעם זאל ביי אים צוקומען אין תורה, און ביי אים צוקומען אין מצוות, אדער ביי איר צוקומען אין תורה ומצוות, ועל דרך זה אויך בטב, על דרך ווי מ'זעט אויך בא קליינע אידישע קינדער, אז זיי קומען אין אן ארט וואס איז פארבונדן מיט א שול, מיט א בית הכנסת אדער בית-המדרש מיט א חדר אדער מיט אן ארט וואו מ'טוט מעשים טובים, מ'איז מקיים מצוות, איז דערנאך, אז דער קינד קערט זיך אום צו זיין חדר אין זיין שטאט און אין זיין לאנד, ברענגט ער מיט זיך מיט נייע כוחות און נייע אנשטרענגונגע, בשמחה ובטוב לבב, אויף נאכמערער צוגעבן און מוסיף זיין אין זיין לימוד התורה און אין זיין קיום המצוות, ביז וואנענט אז דאס ווירקט אויך אויף זיינע עלטערן און אויף זיינע עלטערע ברידער און שוועסטער, בפרט נאך אז מ'זעט ווי אזוי דער קינד טוט מיט א התלהבות לערנענדיק תורה, און די התלהבת וואס ער האט בשעת ער טוט א מצוה, און ווי די התלהבות פון והשיב לב אבות בא די עלטערן און בא די
- proofread
- 0