עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

130 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1בהמשך וואס מ'האט גערעדט פריער, און מ'שטייט דאך געציילטע טעג פאר חנוכה ס'האט זיך פריער גערעדט וועגן ”צבאות השם” פאר אידישע קינדער, סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך, פאר בר-מצוה און בת-מצוה,

2אז מזמן לזמן זאל מען זיי צוזאמענקלייבן און מעורר זיין בכל עניני יהדות, אנהויבנדיק פון 'לימוד התורה' וקיום מצוותי' בפועל, כולל אויך פון ”ואהבת לרעך כמוך” אז זיי זאלן איינווירקן אויף זייערע חברים, און די מיידעלעך אויף זייערע חבר' טעס,

3אויף אויך זיי אריינציען אין ”צבאות השם”.

4איז דאך איצטער דער זמן מיוחד ביותר, ווי מ'זעט דאך אין ”מנהג ישראל” בקשר מיט חנוכה, אז דעמאלט מאכט מען ענינים מיוחדים און ענינים של יהדות און ענינים של שמחה, פארבונדן מיט קליינע קינדער.

5מ'פלעגט מאכן א מסיבה, כידוע און שוין אויך אפגעדרוקט אין די שיחות בא רבותינו נשיאינו, פאר זייערע קינדער, באחד פון לילות החנוכה.

6ובכללות אויך דער ענין פון חנוכה געלט, און דער ענין פון דריידל, און דער ענין פון הצגות וואס מ'פארשטעלט זיך און מ'שטעלט פאר די חשמונאים וכו מיט אלע פרטים ”מנהגי ישראל, בכל” מקום ומקום לפי ענינו,

7אבער די נקודה הצד השוה, די נקודה הפנימית, אויף פארשטארקן און ארויסמרענגען נאכמער בגלוי דעם קשר בא יעדער קינד און ביי אלע קינדער, צוזאמען מיט אידישקייט,

8וואס דאס איז זיי מקשר נאכמערער מיט זייערע עלטערן און מורים און מורות, וואס דאס איז דאך איינע פון די וועגן אויף ממעש זיין אין דעם העדר השלום בין דור לדור, אז ס'זאל זיין פונקט דער היפך דער ”והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם”.

9און וואס בפרטיות ובאופן מסויים, אז מ'זאל אין די טעג הסמוכים לחנוכה, און דארט וואו מ'קען דאס אויספירן מה טוב ומה נאיף בחנוכה עצמה, צוזאמענקלייבן די קינדער, דערציילן זיי פרשת ימי חנוכה,

10און ווי אזוי מסרת גבורין ביד חלשים ווארום ס'איז געווען ביד עוסקות אורתך און זאגן אז זיי געהערן צו ”ממלכת כהנים וגוי קדוש” ווי ס'איז געווען דער מתתיהו כהן גדול ויוחנן ובנן מיט די אלע סיפורים הקשורים בזה, געבראכט אין מדרשי חז.

11בכל מקום ומקום לפי ענינו, ”וכל המרבה” ”הרי זה משובח, על” כל פנים איין מאל, ומה טוב מער ווי איין מאל, וברוב אים און אויך מדגיש זיין, אז יעדערער פון די קינדער זאל אויך משפיע זיין אויף די חברים אדער חבר' צעס וואס זיינען נאך ניט אריין אין ”צבאות השם” בכלל,

12אדער האבן נאך ניט א אות אין דער ספר תורה פון ”צבאות השם”, אז זיי זאלן אויך אריינגיין, 'ובשמחה ובטוב' לבב, און דורך דערויף פארשטארקן דעם ענין פון ”צבאות השם” פון קינדער, בתוככי פון ”צבאות השם” פון אידן בכלל.

13וואס דאס איז אויך דער כאן המקום והזמן אויף לורא זיין נאכאמאל ”ביתר שאת וביתר עוז” אויף אלע מבצעים, אנהויבנדיק פון אהבת ישראל, און חינוך הכשר, און חינוך על טהרת הקודש, די ענינים כלליים, און זיי קומען דערנאך אראפ מער בפרטיות וואס אויך בכללות,

14דער ענין פון תורה, און תפילין, און מזוזה, און צדקה, און ”בית מלא ספרים” יבנה וחכמי,"' און נרות שבת קודש ויום-טוב, און כשרות האכילה ושתי און טהרת המשפחה, וואס די אלע האבן דאך א שייכות מיוחדת צו ימי חנוכה, וואס ענינים איז דאך להדליק ב”נר מצוה ותורה אור”,

15און זיך ניט באגנוגענען מיט דער התחלה, וואס מ'הויבט אן טאקע אין התחלה איז דאס אן אלף, אבער דערנאך דארף דאס אראפקומען הולך ומוסיף ”מאור מיום ליום”, ביז וואנענט אז עס גייט דורך א גאנצע וואך רצופה,

16שבעת ימים רצופים, וואס יעדער טאג איז ער הולך ומוסיף ומעלה בקודש.

17וואס דער מעלה בקודש הויבט זיך אן פון יום שני, און האלט אן זיבן טעג נאכאנאנד, ביז יום שמיני.

18וואס אין יעדערער פון זיי איז ניכר דער מהדרין מן המהדרין, כמדובר בארוכה כמה פעמים.

19וואס דערפאר זאל מען אויך זיך צוגרייטן אין אן אופן מסודר באופן כך, אז בימות החנוכה הבאים זאל אין יעדער אידישטער שטוב און בא יעדער אידן אנגעצונדן ווערן דער 'נר חנוכה' און ווי דער רמ"א פסק'נט אפ,

20אז איצטער איז דער מנהג הפשוט, דאס וואס בימי השעת ס'איז געווען מהדרין מן המהדרין אז מ'איז מוסיף מיום ליום בין ”נר מצוה ותורה אור” כפשוטו, דערפון אויך פארשטאנדיק אין נר מצוה ”ותורה אור” ברוחב המובן שבזה, אין כללות 'לימוד התורה' וקיום מצוותי',

21און מוסיף זיין אויך ”כל אחד ואחד בפני עצמו”, כמבואר בארוכה, דער איצטיקער ענין פון מהדרין מן המהדרין איז דאס נאך מערער ווי ס'איז געווען מהדרין מן המהדרין בשס, וואס דעמאלט איז דאך געווען צוויי באזונדערע זאכן, אדער איש וביתו אדער מוסיף והולך מיום ליום, און איצטער מאכט מען ביידע זאכן צוזאמען.

22און דאס ווערט אין אן אופן בלשון פון רמה וכידוע דער לשון הצחות, אבער מוסיף די מציאות ווי זי איז, אז ”ובני ישראל יוצאים ביד רמה, אל תקרי רמה” אלא רמה אז מ'פירט זיך במנהגי רמה, אפילו צווישן הכני הספרדים איז דאך הולך ומוסיף אויף אננעמען אלץ מערער פון די מנהגי רמה,

23אין די ענינים עכ' פנים וואס זיי זיינען מערער לחומרא און מיט מערער הידור וכו און דערביי אויך מוסיף זיין אין די שייכות מיוחדת, וויבאלד אז חנוכה האט א שייכות מיוחדת צו נר מצוה,

24וואס נר מצוה איז פארבונדן מיט ”תורה אור” אויך אויף מאחד זיין, ארייננעמען און באווארענען אז יעדער איד זאל זיין פארשריבן אין ”תורה אור” אין די ליכטיקע ספר תורה'ס הכלליים, וואס דורך דערויף איז ער זיך מצטרף מיט הונדערטער טויזנטער אותיות,

25איז זיך מצטרף זיין אות מיט די אנדערע הונדערטער טויזנטער אותיות וואס אין דער ספר תורה, וואס אלע ספרי תורה ביחד זיינען זיך מצטרף, ווארום תורה אחת לכולנה וואס זיי אלע זיינען זיך מצטרף ביז צו דער ערשטער ספר תורה וואס משה רבינו האט געשריבן,

26ווען דער אויבערשטער האט דורך אים אנגעזאגט ”ועתה כתבו לכם דברי העשירה הזאת”, צוזאמען מיט דעם ללמדה ”לימוד המביא לידי מעשה” זאל דאס ארויס בפועל אויך מוסיף זיין אין מבצע חנוכה אויך אט דעם ענין,

27אויף באווארענען אז ביז דעמאלט, על כל פנים במשך ימי חנוכה, זאל יעדער איד און אלע אידן זיין פארשריבן אין איינע פון די ספרי-תורה הכלליים,

28על-אחת-כמה-וכמה די וואס האבן זוכה געווען און זיי געפינען זיך אין ”צבא הגנה לישראל” זאל זיין זייער תפקיד אויף מגין זיין אויף אידן, ניט חס ושלום אויף ארויסנעמען אידן פון דער אידישער לאנד,

29מאיזו שטח שיהי אט וואס פאר א ווילדער טעם מ'זאל ניט וועלן געבן אויף דעם, איז דארט וואס דער אויבערשטער האט אפגעגעבן ארץ ישראל צו אידן איז דאס א נחלת עולם אויך בדורנו זה, ובפרט נאך אז מ'האט דאס אפגעגעבן, און מ'האלט דאס אן אין אן אופן ניסי לגמרי,

30ווארום יעדער איד וואס איז בחיים חיותו בעלמא דין, לאחרי פון די גזירות וואס איז געווען בדור שלפנינו, הי' לא תהי' איז דאס אן עוד מוצל מאש הגלות, און ער איז מוצל כדי ער זאל מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים, בכלל אין ארץ לזה התחתונה,

31עאכו"כ אין ”ארץ אשר” ”תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה”, און אין די גבולות ווי דער אויבערשטער האט אנגעוויזן, ארץ ישראל לגבולותי ס'איז נאר דא די קליינע ערטער וואס דער אויבערשטער האט פון דארט ”גלינו מארצנו” און זיינען נאך ניט אינגאנצן ברשות ישראל,

32ווארום ניט מיט אונזער לשון רבינו נשיאינו, ניט מיט אונזער רצון זיינען מיר געגאנגען אין גלות, ס'איז מערניט וואס ”מפני חטאינו גלינו מארצנו” דערנאך האט דער אויבערשטער אפגעגעבן גרויסע שטחים פון ארץ ישראל שוין איצטער צוריק לרשות ישראל,

33און האט דאס אפגעגעבן אין אן אופן פון נחלת עולם, לאן עולם, דער ”כריתות ברית” אין תורת עולם, וואס דאס איז געמאכט געווארן פון אלקי עולם,

34נאר ס'איז נאך דא אט די עטלעכע שטיקלעך וואס מאיזה טעם שיהי' ווארט דער אויבערשטער אז די אידן זאלן משלים זיין אין די יוצאים תשובה וועט ער אויך אט די שטחים אויך צוריק אומקערן צו אידן.

35און מ'דארף דאס ניט אפנעמען דוקא בכלי זיין ובמלחמה, ווארום מ'דארף דערצו ניט אנקומען, מ'וועט דאס באקומען בדרכי שלום, אויב דאס וועט זיין דער שלום אויסגעהאלטן על פי התורה,

36וואס ”דרכי' דרכי נועם וכל נשיבותי' שלום”, און דאס איז דער איינציקער וועג אויף א שלום אמיתי, ווארום דאס איז מיוסד אויף ”תורת אמת”, וואס זי איז געגעבן געווארן פון אלקי אמת, און ניט אויף תורה כביכול וואס איז געגעבן געווארן פון שקרים,

37וואס בלשון העולם ובני דרכי שלום רופט מען דאס אן בשם דיפלאמאטיע, וואס דיפלאמאטיע, ווי כהדוע, איינער פון די דיפלאמאטן האט געזאגט אז דער ענין פון דיפלאמאטיע איז זאגן פארקערט ווי ער ווייס צו א רמז איז, ווארום אז ניט דארף מען קיין דיפלאמאט ניט זיין, דאס קען דאך טאן אן אדם פשוט אויך, דערציילן ווי די זאך איז.

38און ווי מ'האט דאס געזען בפועל, אז וואו מ'איז געגאנגען בדרך של שקר, היפך ”תורת אמת” וואס האט אנגעזאגט, אז א זאך וואס דער אויבערשטער גיט אפ, עאכו כמה בדרך נס,

39און האט דאס אפגעגעבן לדורנו זה, ניט קוקנדיק אויף דעם מעמד ומצב אין אידישקייט ובשאר ענינים, און האט דאס אפגעגעבן בניסים גלויים איז קיין ספק ניט אז מ'טאר דאס ניט אנרירן, און קיינער קען דאס ניט אנרירן, דערפאר וואס דאס געהערט די נחלת עולם לעם עולם, צו יעדער אידן בכל קצוי תבל,

40און וואס נאכמערער צו יעדער אידן במשך כל הדורות שאת עתה און צו אונזערע קינדער און אייניקלאך, אויב מ'וויל ס'זאל זיין בא זיי שלום דארף מען וויסן זיין, אז זיי זיינען בעל-הבתים אויף די שטחים, רחמנא ליצלן,

41וואס מ'ויל אפגעבן פון ארץ ישראל, וואס געפינט זיך איצטער באופן ניסי על ידי פון אין אידישע הענט, זאגן זיי צו יעדער אידן אז ער האט קיין רשות ניט, אנרירן די נחלה פון די קינדער און די קינדס-קינדער, און דאס וואס ער וויל זיך איינרעדן, אז ער איז קליגער פון ”תורת אמת”,

42און ער איז קליגער פון אלקים אמת, און ער איז קליגער פון דער תביעה פון קינדער און די קינדס-קינדער ”עד סוף כל הדורות” האט דאס צו אים לגמרי קיין שייכות ניט,

43ער איז בעה"ב אויף די זאכן וואס זיינען ברשותו, האט קיין בעה"ב'ישקייט ניט אויף די זאכן וואס געפינט זיך ביי אידן ”עד סוף כל הדורות” קיין בעה"ב'ישקייט ניט אויף די זאכן וואס געהערן צו זיינע קינדער און צו די קינדס קינדער, וואס זיי זאגן בגלוי אדער ניט בגלוי בפירוש,

44אז זיי זיינען ניט מסכים אז מ'זאל אפגעבן עפעס-וואס פון ארץ-ישראל וואס געפינט זיך איצטער ברשות עם ישראל.

45און ס'איז א זיכערע זאך אז מ'וועט זיך שטעלן בתוקף, וועט מען אויספירן ווי מ'האט געזען בפועל, אז אויף די זאכן וואס מ'האט זיך געשטעלט בתוקף, און מ'איז ניט נתפעל געווארן פאר גויים, ווארום מ'איז ניט נתפעל געווארן פאר די גוי'שקייט,

46וואס מ'האט נאך ניט ארויסגעטריבן פון דעם חנף פון ”חלל השמאלי שבלב” כל ישראל, וואס מ'האט נאך ניט ארויסגעטריבן פון ארץ ישראל,

47איז מען דערפאר ניט נתפעל געווארן איז מען געגאנגען בדרך הצדק והיושר, און דאס וואס געהערט צו אברהם יצחק ויעקב און צו יד ב' שבטים און צו די עין נפש וואס זיינען געווען אין 'גלות מצרים',

48און צו די ששים ריבוי דור שנכנסו לארץ בכיבוש יהושע בן אום, איז קיינער קיין בעה"ב ניט אפגעבן דערפון, אפילו שעל, אפילו א חצי שעל, אפילו אויף א נקודה, ווארום דאס איז ניט זיינע,

49נוסף אויף דעם ענין אז דאס איז א מלחמה מיט אלקי עולם, מיט ה' אלקי הצבאות בשעת מ'נעמט צו פון ”ארץ אשר” ”תמיד עיני ה' אלקיך בה” און מ'וויל דאס אפגעבן צו א גוי, רחמנא ליצלן.

50האט ער מלחמה ניט נאר מיט תורת ה'ער האט א מלחמה מיטן אמת'ן בעל-הבית, פון ארץ ישראל, וואס דאס איז דער אויבערשטער אליין אז די שם אלקי הצבאות.

51נאר ברצונו איז נאך דא עטלעכע שטחים וואס דער אויבערשטער וויל נאך ניט אפגעבן צוריק ”תחת יד ישראל”, און די איינציקע סיבה אויף דעם האט מען ניט וואס צו זוכן ווייטער,

52דאס זאגט יעדער איד, און דוקא ווען ער איז אין א יום-טוב'דיקע שטימונג, ער האט ניט קיין דאגות, זאגט ער בפירוש, ובפני כל אים ועדה, אז ”מפני חטאינו גלינו מארצנו”, און אז ס'ווערט בטל די סיבה איז בדרך ממילא ווערט בטל דער מסובב.

53ובלשון הרמב"ם, אז ווי עושין תשובה איז ”מיד הן נגאלין” וועט מען אויך באקומען צוריק אט די שטחים וואס משחרב בית המקדש געפינען זיי זיך נאך בא אומות העולם, און מ'וועט זיי באקומען צוריק בדרכי נועם ובדרכי שלום, און אויך ביז דעמאלט וועט זיין שלום בישראל, און אויך שלום בין ישראל לעמים,

54ווארום די פעלקער וועלן פילן אז ניט מ'נארט זיי אפ, און מ'זאגט די ענינים וואס זיי זיינען היפך תורת ישראל, און זיי זיינען סיי ווי חושד, אז מ'זאגט דאס מערניט ווי בדיבור, און גלייך הינטער ארום זוכט מען עצות אויף דאס מבטל זיין,

55און סיי ווי האט מען גארנישט ניט אויסגעפירט מיט די ענינים של שקר, ווארום 'שקר אין לו רגלים' און האט ניט קיין קיום, און ס'ווערט בטל, והי רצון אז דאס זאל בטל ווערן אין דרך הטוב הנראה והנגלה,

56ווארום יעדער איד איז יערה עליו רוח ממרום און ער וועט גיין מכאן ולהבא ובכפליים לתושי לויט די אנווייזונגען פון הלכה, הלכה ניט חס ושלום ”מגלי פנים בתורה שלא כהלכה”,

57און האט נאך אין זיך די ברייטקאט צו זאגן אז דאס איז הלכה איז דאס היפך פון הלכה שבתורת אמת, ווארום זי איז געבויט אויף עדות של אמת, און געבויט אויף א חקירה ודרישה למצב הדברים,

58ניט מ'פארלאזט זיך אויף עדות וואס זיי האבן גענומען שוחד, און ניט מ'האט ניט בא זיך דעם געדול גיין און פרעגן און חוקר ודורש זיין, ווי איז דער מצב הבטחון אין ארץ ישראל, און צי אט דער שטח וועט איינטשעלן אין סכנה צי ניט, פארלאזט מען זיך אויף א תינוק,

59ווארום ער האט שוין נאך בר-מצוה און אין בו דעת, ובפרט נאך ער האט נאך באקומען שוחד, איז יעוויר אפילו עיני חכמים, על אחת כמה וכמה איינער וואס ער האט גאר מלכתחילה קיין חכם ניט געווען,

60ויסלף דברי צדיקים וואס אלע ווייסן דעם שוחד וואס די עדות וואס מ'האט מקבל געווען עידותם האבן באקומען, און על יסוד זה וויל מען רחמנא ליצלן פסק'ענען א דין, א דין וואס איז נוגע אין פיקוח-נפש, און אין בטחון פון דריי מיליאן אידן כן ירבו וואס געפינען זיך אין 'ארץ הקודש',

61וואס ”עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה” און רחמנא לצמן נוצן זיך מיטן נאמען פון תורת ה אויף מלחמה האבן מיט א פסק דין ברור אין תורת ה אז מ'טאר ניט אפגעבן קיין שעל,

62ווארום תפתח הארץ לפניהם הי' לא תהי און די טענות איז כביכול אז דאס איז א סדר אין תורה פון עושין גנב'ן אין צייטונגען, און א סדר אין תורה פון זאגן דברים בטליים ומבוטלים, אן קיין מקור אין תורה,

63נאר כך עלה בדעתי אויף צו זאגן דברים בטליים ומבוטלים איז דאס מבטל א פסק דין ברור אין ”שולחן ערוך, אורח חיים, הלכות” שבת, איז לא היתה כזאת בישראל!

64און א זיכערע זאך אז דאס וועט ניט מצליח זיין, אפילו רחמנא ליצלן דאס וועט מצליח זיין כרגע ”קטן, מפני חטאינו” וועט מען זיך גלייך כאפן צו דעם טעור שאין לו יסוד 'כלל וכלל' האט קיין יסוד ניט אין ”תורת אמת” אויף אפגעבן א שטח מישראל וואס רירט אן דעם בטחון פון כלל ארץ ישראל,

65און ווי דער בית יסוף און די פרשים און די גמרא נירובין וכו זיינען געקענט לערנען תורה און גע'פסק'נט דינים, און האבן חוקר ודרש געווען אליין, אדער דורך עדים נאמנים אויף מצב הדברים כפי שהם, ובפרט נאך אז מ'האט בפירוש געזאגט אז דער האט באקומען דעם שוחד, און א צווייטער האט באקומען א צווייטן סארט שוחד,

66און אויף א דריטן האט איינער פון זיי אליין געזאגט, אז מ'קען זיך ניט פארלארן אויף זיינע ווערטער, פארלאזן זיך און מ'זאל זיי ניט דרוקן, ווארום אלע ווייסן אז ער איז ניט נארמאל אט דאס איז געווען דער לשון.

67און וואס מ'האט דאס געזאגט בנוגע לפועל, מ'ווייס ווער דאס האט געזאגט, וועגן וועמען ער האט דאס געזאגט, צו וועמען ער האט דאס געזאגט, און אף על פי כן, בשעת מ'האט געפרעגט מיט ערדכע טעג צוריק, האט מען דאך צוגעהערט צו זיינע ווערטער,

68איינשטעלנדיק וויסנדיק אז דאס איז פיקוח נפש פון דריי מיליאן אידן, ניט מטריח זיין זיך גיין צו פרעגן ביי א מומחה לאותו עניין ווי איז דער מצב הצבא און דער מצב הבטחון אין חודש כסלו תשמ' בי

69און האבן אין זיך די שטארקייט אויף צו זאגן אז וויבאלד אז דאס איז פיקוח נפש ביז איך מיידע אז על כל פני מכאן ולהבא, איז דער דין איז אז עם ”ישראל לארץ ישראל” דער חילוק איז נאר אט דאס וואס דער אויבערשטער האט שוין אפגעגעבן, בהנוגע וואס דער אויבערשטער האט נאך ניט אפגעגעבן איז 'אל תתגרה באומות',

70און איז ידוע דער סדר, אז פונקט אזוי ווי מ'האט געהייסן גנבי'נען צייטונגען לפני זה און שלאגן לפני זה, אריינגעפירט א נייעם סדר אין 'לימוד התורה' און ”אין פסקי הלכות”, און דאס שטאמט אלץ פון אט די עדים.

71איז יהי רצון, אז ביום סגולה זה, וואס ס'איז געווען דער ”פדה בשלום נפשי” איז העמים ועשרים, די אומות העולם, ווייסן שוין פון לאנג, און ווילן זיך ניט טשעפען מיט אידן,

72די איינציקע וואס טשעפען זיך מיט אידישקייט איז מעשייך ”ומחריבייך מימיך יצאו” די עדי שקר וואס האבן באקומען שוחד, און מ'ווייס ווער זיי זיינען שם אביו ושם אמו, און וואו זיי געפינען זיך, און מ'רופט זיי עד היום הזה און מ'פארלאזט זיך אויף זיי, אויף מפצם זיין א דין ברבים,

73און א דין וואס רידט אן פיקוח נפש פון דריי מיליאן אידן כן ירבו!

74און ס'איז א זיכערע זאך אז ”שומר ישראל לא ינום ולא יישן” און ויהי רצון אז ”יערה עליהם רוח ממרום” א רוח טהרה, וואס דעמאלט וועט אראפגענומען ווערן, אראפגעווישט ווערן מ'וועט ארויסווארפן די עדי שקר מי די חנפים און די מלשינים,

75און די לשון-עלע ד' כתות הידועות, וועט מען זיי ארויסווארפן פון 'מחנה ישראל', פון 'כלל ישראל', ארויסווארפן די חטאים שבהם, אבער ניט די חוטאים, ווארום זיי אליין וועלן אויך תשובה טאן, ויפה ”שעה אחת קודם”,

76ווי מ'האט געזאגט פריער, אז דער רמב"ם זאגט, אז יבטיחה תורה אז יעדער איד מוז תשובה טאן, ס'וועט זיי קיין זאך ניט העלפן, סוף-כל-סוף וועלן זיי תשובה טאן, מ'האט זיי אפגעגעבן די בחירה זאל מען דאס טאן א רגע אחת קודם, און זאל מען דאס טאן בדרכי נועם ובדרכי שלום,

77”ומיד הן נגאלין” פון זייער גלות הפרטי, וואס דאס ווערט א חלק און דאס איז ממהר דעם אחישנה אין דעם גלות הכללי.

78דער זאל זיין די גאולה האמיתית והשלימה דורך ”קץ שם לחושך”, ווארום אלע ווייסן אז מ'געפינט זיך נאך אין גלות, איז וואס דערפאר, איז די שטחים וואס דער אויבערשטער האט נאך ניט אומגעקערט פון ארץ ישראל לגבולותי איז 'אל תתגרה באומות', אט דאס אבער וואס דער אויבערשטער האט זיי שוין גואל געווען און אפגעגעבן לרשותם של ישראל איז דער אויבערשטער דא,

79דער איינציקער בעה' בית, און האט דאס איבערגעגעבן אין א נחלת עולם פאר אברהם יצחק ויעקב, און די קינדער און אייניקלעך, ובדרכי נועם ובדרכי שלום, ווארום אט דאס איז דער דרך היחידה צו א שלום של קיימא און א שלום של אמת, נאך אין זמן הגלות, און אויף דערויף קוקן ארויס אומות העולם,

80ווען וועלן אידן אנהויבן דערציילן וואס זיי טראכטן, וואס אומות העולם פארשטייען ווי א איד דארף טראכטן בנוגע צו ארץ ישראל.

81און אז ער הויבט ניט אים רעדן מיט א דיפלאמאטישן לשון, און שלאגט זיך אן, אפשר וועט מען ביי אים צונעמען ביי אידן נאך א שטיקעלע און נאך א שטיקעלע, וואס דורך דערויף וועט מען אותו חן זיין,

82און מ'וועט זיין פארשריבן ווערן אז מ'איז א איד צדק ויושר איש צדק ויושב וכו סיי-ווי סיי גלויבט ער ניט דער גלויף, נאר ער רעכנט אז ער זאגט דאס צו אים בפה און נארט אים אויס מאחורי הפרגות, צי מגבר אדער בליבו, ווארום ער רעדט ניט מיט א אידישן לשון!

83ער רעדט טאקע מיטן לשון וואס 'אותיות מרובעות', דער תוכן איז אבער גענומען פון ”כל עלה נידף” וואס דאס איז איינע פון עקבתא דמשיחא, צום סוף כל הענינים, ונסתם מפני ל עלה נדב ווארום ורודף אים דער איינציקער רודף איז די גוי'שקייט וואס איז דא אין חלל השמאלי,

84און וואס זי איז מפחיד א אידן אז דער גוי טראכט אזא זאך וואס ער טראכט גארניט, ווארום ער וויל מ'זאל אים לאזן צורו ער האט גענוג אייגענע צרות,

85ווי ס'איז געווען ביז איצטער, כידוע וכבר מפורסם, די טעות'ן וואס האבן מתקן געווען בטחונו של עם ישראל כולו עד עתה, דורך דעם חתמ'ענען דעם חוזה אין קעמפש דייוויד, כ' ויל בפירוש ניט זאגן מחנה דוד ווארום דאס איז היפך פון ”דוד מלך ישראל חי וקיים”, דאס איז היפך פון מחנה,

86ווי א מחנה איז פארבונדן מיט מחנה כהונה, אפילו מיט מחנה לוי' אפילו מיט 'מחנה ישראל' דאס איז ניט אן ארט וואס א איד קען דארטן האבן א חניה, ווארום דאס איז שקר,

87און פאר די צייט וואס מ'איז פון דעמאלט דורכגעגאנגען האט מען געזען די צרות וואס מ'האט גורם געווען דורך חתמ'ענען יענעם פאפיר, מ'האט אלץ אפגעגעבן, קיין זאך ניט באקומען נגד זה.

88איינציקע זאך וואס מ'האט באקומען, תן לי אז מ'זאל געבן אלץ מערער און מערער.

89אפגעגעבן דעם ארצו בטחון הכי חזר, דעם נעפט, וואס דאס איז געווען א זאך וואס קיינער האט זיך ניט משער געווען, אז ס'וועט זיך געפינען איינער וואס וועט האבן אין זיך א שטארקייט, צונעמען אמצעי בטחון ההכרחים פון א גאנצן פאלק פון דריי מיליאן,

90און אפדעבן דאס ווי ס'האט דעמאלט געהייסן להפקר אין פיר און צוואנציג שעה ארום איז דאס געווען ברשותו המלואה פון דעם צד שכנגד.

91און ס'איז ניט דער פשט אז דאס האט מונע געווען מלחמה, אלע ווילן שלום.

92די מחלוקת איז נאר, צי דאס איז די וועג וואס פירט צו מלחמה אדער די וועג וואס פירט צו שלום ווייס יעדער מענטש, וואס ער קען א טבע פון א מענטשן, אז בשעת דער טבע, דער נדבה, ווערט שוואכער, ווערט דער טבע שטארקער.

93אז מ'וויל האבן א תפיסת מקום, און מ'וויל אז מ'זאל זיך רעכענען, באומות העולם, מיט ”ארץ ישראל דארף ארץ ישראל” זיין שטארקער, אין דער שטארקייט מיט וועלכע זיי פארשטייען און רעכענענדיק זיך מיט זיי,

94בשעת מ'האט אפגעגעבן די נאפט, האט מען באוויזן די גרעסטע שוואכקייט דורך אפנעמען די אמצעי בטחון הכי חשובים און הכי עיקריים, אפגעבן דאס דעם צד שכנגד, וואס דאס האט גלייך באוויזן מיט וועמען מ'האנדלט, אז מ'קען בא זיי מאנען אלץ מערער און מערער, און מ'האט דאס אזוי געטאן, און מ'האט מחליט געווען בא זיך,

95אז וואס דארף מען טראכטן וועגן מלחמה בשעת מ'קען באקומען די אלע ענינים אן מלחמה.

96ניט דאס האט מקרב געווען דעם ענין השלום, ניט דאס האט ממהג געווען סכנת מלחמה דאס האט ניט נוסיף געווען אין ענין השלום, ווארום קיינער יאגט זיך ניט צו מאכן שלום מיט איינעם וואס האט קיין כח ניט.

97ובפרט נאך אז ער האט א שוועסטער קינד און א צווייטע אומה וואס הייסט אים גיין מלחמה האבן מיט א שוואכן, און וואס דער שוואכער איז שלעכער ווערט ביי יענעם אלץ מערער נכונות און צוגעגרייטקייט אויף גיין דער היפך המלחמה.

98וכמדובר כמה פעמים, ס'איז ניט דער פשט אז מ'האט ניט געדארפט חתמ'ענען אז מ'וויל ניט פירן קיין מלחמה ניט וועגן דערויף רעדט זיך.

99ווי גערעדט אמאל בארוכה, בשעת מ'וויל פארדרייען א זאך, מאלט מען אפ די מציאות ניט ווי זי איז.

100ס'האט זיך ניט געהאנדלט, אז אויב מ'וועט ניט מסכיל זיין אפגעבן די נעפט, וועט מען ניט חתמ'ענען קיין פאפיר, במילא מ'וועט פירן מלחמה, און אויב מ'וועט יא חתמ'ען אפגעבן די נעפט וועט מען חתמ'ענען דעם פאפיר און מ'וועט ניט פירן קיין מלחמה?

101חתמ'ענען א פאפיר און ניט פירן קיין מלחמה בא שעה ההוא האט געמוזט ארצות הברית דורכפירן צוליב אירע אינטערסן!

102אפילו אז מ'וואלט קיין זאך ניט נאכגעגעבן, מ'וואלט נאר מבטיח געווען אז מ'וועט ניט גיין ווייטער ווי מ'האט דעמאלט געטאן מיט דער דריטער ארמי,"' וכידוע אין כאן המקום איבער'חזר'ן וואס מ'האט שוין גערעדט כמה פעמים, מ'האט געהאלטן אין האנט און דערנאך אפגעגעבן ענינים פון חוץ לארץ וואס האט אבער קיין שייכות ניט צו בטחון,

103אדער וואס האט עכ"פ א שייכות צס לי' בטחון.

104דאס הייסט, אין אנדערע ווערטער, אט דאס וואס מ'האט אט די מנוחה דעם זמן שבינתיים ניט שלום, נאר איז מנוחה, ס'איז ניט קיין מלחמה, איז דאס ניט דערפאר וואס מ'האט ניט געהאט קיין ברירה מ'מוזט אפגעבן די נעפט, דאס איז דערפאר וואס מ'האט גע'חתמ'עט א פאפיר,

105מ'וועט ניט אוועקגעפארן ברוגז'ער היט, און אז מ'וואלט ניט געגעבן די נעפט וואלט אמעריקע מכריח געווען, במצד שכנגד, אז מ'זאל אעפי כן חתמ'ענען דעם פאפיר,

106און ניט פירן קיין מלחמות, ווארום דאס איז לטובת פון ארצות הבריות.

107און ניט נאר לטובתם דאס איז געווען דער הכרח.

108ועל דרך זה אין אלע וויטורים וואס מ'האט געמאכט נאך דערויף, איז ניט דער פירוש אז דאס האבן מעענטער געמאכט דעם שלום יעדער וויטור האט געמאכט שוואכער דעם צד וואס האט מוותר געווען,

109און דעמאלט ווייס כל העולם כולו אז בשעת דער צד המוותר ווערט שוואכער רעכנט מען זיך מיט אים ווייניקער, און מ'מאנט פון אים מערער, און מ'איז מאיים אז טאמער ניט וועט זיין רחמנא ליצלן מלחמה, און בשעת מ'שטעלט זיך בתוקף און מ'איז ניט מוותר אט דעמאלט יענער דארף האבן די מנוחה מערער ווי מ'דארף דאס האבן דא.

110במה דברים אמורים? אז מ'האט נאך עפעס כח גשמי אין 'דרך הטבע', ניט רחמנא ליצלן אפגעגעבן די נעפט, אפגעגעבן די שטחים, רחמנא ליצלן מ'גרייט זיך איצטער אז ביי מ'וועט דורכגיין נאך אזויפיל און אזויפיל זמן וועט מען ווייטער אפגעבן נאך א שטח און נאך א שטח, וואס יעדער שטח האט אין זיך, ווי דער פסק דין ברא און אין שולחן ערוך,

111כי ”פתח הארץ לפני” און ויהי רצון כמדובר, אז נאך פאר חנוכה, איז די הכנות צו חנוכה הויבן זיך דאך שוין אן, וואס חנוכה איז געווען, אז בשעת מ'איז געווען 'עוסקי תירתך' איז אט דעמאלט איז מען ניט נתפעל געווארן ניט פאר גיבורים און ניט פאר רבים,

112מיט די אלע ענינים וואס ווערן דארטן אויסגערעכנט, ובפרט נאך אז איצטער האט מען מלאכות אדירות וואס זיי שטייען לצד זה, נאר בשעת ס'געפינט זיך איינער פון זייער הנהלה, און פרואווט זיך,

113עפעס ארויסקריגן, ארויסקוועטשן נאך עפעס דערשרעקט מען זיך גלייך און מ'גיט אפ, און מ'גיט אפ ענינים חיונים לבטחון ”הארץ ולדרים עלי.'”

114און אויף איבער'חזר'ן נאכאמאל, קען דייוויד איז דער אפגעבן דעם נעף דעמאלט האט ניט אויפגעטאן אז ס'זאל ניט געפירט ווערן קיין מלחמה, דאס וואלט מען באקומען, וביתר ”תוקף וביתר קיום”, ווען מ'גיט ניט אפ די נעפט,

115אבער מ'חתמ'ט דעם פאפיר וואס דארטן וואלט געשלאנען אנדערע ענינים וואס רירן ניט אן קיין בטחון פון אידן, וואס דאס איז פארבונדן מיטן בטחון פון אידישקייט האט ארצות הברית געהאט דעם הכרח אז מ'מוז חתמ'ענען א פאפיר.

116וואס דערפון איז פארשטאנדיק, כאמור, אז דורך דעם אפגעבן דעם נעפט, דורך דעם אפגעבן לאחרי זמן אין דער זעלבער שיטה, נאך שטחים מיט נאך שטחים פון וועלכע מ'קען מנעברירן און פליען וכו.'

117און הי' לא תהי' ווי מ'רעדט עכ"פ בדיבור, וועגן אפגעבן נאך ענינים של שטחים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט בטחון באופן ישר איז דער רעדן אליין שוואכט שוין אפ דעם מעמד ומצב, ווארום דאס באווייזט אז מ'געפינט און מ'לעבט אין א פחד,

118און א מורך לב, און אין אן ענין פון ווארום דארטן דארף מען האבן די מנוחה מער ווי דא,

119און פארקערט נאכגעבנדיק אפגעבנדיק נאך עפעס-וואס, וויבאלד אז דאס מאכט שוואכער דעם צד המוותר מאכט דאס רחמנא ליצלן נעענטער סכנת המלחמה.

120און ויהי רצון כמדובר, מ'זאל יוצא זיין מיט רעדן וועגן די ענינים, ובפועל זאל זיין דער ”ונתתי שלום בארץ” אנהויבנדיק פון דעם יום הסגולה פון ראש השנה לחסידות ולדרכי החסידות,

121פון יו טס כסלו, דורך דערויף וואס מ'וועט זיך פארבינדן מיט ”נשמתא דאורייתא”, מיט דעם רוח און דער נשמה פון אידישקייט, און מקיים זיין מצוותי' בפועל, וואס ”המעשה הוא העיקר” וועט נאך זיין אין זמן הגלות דער בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו,

122ונתתי גשמיכם בעתה ”ונתתי שלום בארץ” ווארום ס'וועט זיין ”ואולך אתכם קוממיות” מ'וועט שטיין מיט א ”קומה זקופה”, וואס דאס איז פארבונדן מיט בחוקותי תלכו ומצוותי תשמרו פירן זיך לויט דעם אמת'ן פסק דין פון ”תורת אמת”.

123און דעמאלט וועט מען בקרוב ממש פארענדיקן דעם עונש וואס ”גלינו מארצנו” אין חוץ לארץ, און ”גלינו מארצנו” פון אידישקייט אין ארץ ישראל רחמנא ליצלן מצד דעם פחד וואס מ'האט פאר גויים און פאר גוי'שקייט.

124און מ'וועט שטיין ”בקומה זקופה” בכל עניני תורה ומצוותי ואדרבא, ווי רש"י טייטשט אפ שתי' עמלים בתורה און דער לימוד וועט זיין על מנת וואס ”מצוותו תשמרו ועשיתם אותם” וואס דאס באווייזט אז ”ואולך אתכם קוממיות” אויף די ”קומה זקופה” אמיתית,

125און מ'וועט גיין ביד רמה ”ובקומה זקופה” פארענדיקן די לעצטע רגעים אין גלות, און מקבל זיין פני משיח צדקנו בגאולה האמיתית והשלימה.

126וואס די אופנים אויף נאכמער צוהיילן דאס, איז כאמור אז יעדער איד זאל זיך כולל זיין דורך אן אות אין איינע פון די ספרי תורה הכלליים, עאכו' כמה וכמה די אנשי ”צבא הגנה לישראל”,

127עאכו' כמה די אלע וואס זיי זיינען זיך עוסק אין בטחון פון ארץ ישראל האמיתי, בטחון כפשוטו וואס איז פארבונדן מיט בטחון האמיתי, פארבונדן מיט אידישקייט ותורה ומצוותי זאל יעדערער האבן אן אות בתורה בפועל, וכמדובר לעיל וועט מען מיטנעמען די אלע אידן מיט די אלע ספרי-תורה'ס,

128ובנערינו ובזקנינו ובנינו ובבנותינו וועט מען גיין מקבל זיין פני משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש, און פראווען אלע צוזאמען חנוכה, די ארצנו הקדושה,

129”ארץ אשר” ”תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"”, די 'הנרות הללו' וואס 'אינן בטלין לעולם', בהוספה אויף דעם בהעלותך את הנרות אין בית המקדש השלישי שיבנה על ידי משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.

130ווי באו ניט ושוי יעכן.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions