עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-q8b4mwst

kind
paragraph
order
28
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
בהקדים, וואס לכאורה געפינט מען, אז מ'מאכט פון א מאורע וואס איז פארבונדן מיט אן ענין פרטי און מיט אן איש פרטי, מאכט מען דערפון א גאנצן טומל, און מ'מישט אין דערויף אריין כמה וכמה, ביז וואנענט אז ס'האט דא אזוינע וואס מישן אין דערויף אריין כל בני ישראל און כל העולם כולו, וואס לכאורה דארף דאך דאס האבן א ביאור, ובפרט נאך על פי ההלכה, איז אפילו בא אידן, ואדרבא דוקא בא אידן, איז נוגע כמות, ביז וואנענט אז מ'זאגט אז אחרי רבים להטות און אז בית דין איז מכריע דוקא כדעת הרוב וכו'וכו,' און דא איז פארבינדט מען אן ענין פון אן ענין פרטי און אן איש פרטי וכו'ו מיט כל העולם כולו. ועד כדי כך, אז מ'פארבינדט דאס אויך אין צוזאמענהיינג מיטן אויבערשטן, ווי מ'זאגט דאך אין דעם נוסח פון יתגדל ויתקדש גלייך אין אנהויבס זאגט מען יתגדל ויתקדש שמו רבה, וכמבואר בארוכה אין די מפרשי פירוש המילות פון תפילה, און אויך אין פוספות, אז בשעת ס'קומט א קליין קינד, אדער א ערוואקסענער, כמדובר גאר, אז דער ענין פון קדיש איז גאר געמאכט געווארן דער עיקר פאר קטנים, רחמנא ליצלן, אויב אזוי טרעפט דאס, משא'כן גדולים איז גאר דער עיקר דער לימוד התורה און די ענינים פון צדקה און עציות בכלל, זעט מען, אז וואס זאגט דא דער פיצל קינד ווען רחמנא ליצלן טרעפט ביי אים אזא מין זאך, איז מען גלייך נאך אין אנהויבס, איידער ער איז מבאר בארוכה מיט די אלע פרטים וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין קדיש זאגט ער גלייך, אז ניט סתם אז דאס טוט עפעס אויף באבונדן מיטן אויבערשטן, נאר ער,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions