פסקה
פסקה rh-q7ntge9j
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-qwn5ptks
- order
- j5
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דאס איז בקלות ביותר, במילא איז ניט דער פשט אז מ'דארף ניט הארעווען אין אידישקייט און אין קדושה, דאס איז דאך דער גאנצער תכלית בריאות האדם, אז ס'זאל זיין יגעת און דעמאלט וועט זיין ומצאת נאר בשעת ער טוט-אויף איין ענין און ס'קומט אים אן גאר גלייכט האט ער דערנאך די גאנצע הארעוואניע, אז ס'זאל זיין נאכמערער אין די הצלחה שלאחרי זה. וואס אזוי איז אויך בהנוגע צו ענין הצדקה, כמדובר, בנוגע צו האבן א צדקה פושקן, און אין אן אופן של בנין דוקא, וכמדובר כמה פעמים, אז דאס מיינט מען האנשים והנשים והטף, במילא איז דאך געווען אזעלכע וואס האבן געפרעגט, אז בשעת זיי געפינען זיך שלא במקומו, ער איז אן אורח וואס געפינט זיך ניט בביתו, און מ'מאנט ביי אים, אז ער זאל מאכן פון זיין בית, א בית של צדקה, נוסף אויף דערויף וואס ער מאכט דערפון א בית של תורה און א בית של תפילה, און אין אן אופן וואס דאס איז אויך דעם לייכטסטן, און דער פשט, אז נאך דערויף קען ער דאך מוסיף זיין בזה כמה וכמה, און אין אן אופן של בנין, אז וויבאלד אז ער איז דער ראש המשפחה און דער בעל הבית שבמשפחה, איז בשעת ער געפינט זיך באיזה מקום שהוא, איז ער בכח, אז דארט זאל ער מאכן זיינע א קביעות, און דאס זאל האבן אויך א השפעה בכל נכסיו, על אחת כמה וכמה אין זיין בית פון וועלכן ער איז געקומען צופארן אלס אן אורך למקום מסויים, למקום פלוני. וואס אזוי איז אויך אט די וואס זיי זיינען ניט בביתם, האבן זיי בכח, אז אויך בביתם זאלן זיי אויך מאכן בית של צדקה, און אויך טאן איבעריקע השתדות, במילא קען מען דאס נאך גלייך אפטאן אפילו די וואס האבן דאס ניט געטאן ערב ראש-השנה אדער לפני זה, על כל פנים אין צום גדליה, וואס דאס איז דאך דער המשך פון ימי ראש-השנה, אז בשעת ער זאל מען מאכן אט דארט במקום שהם נמצאים, איז בשעת ער וועט זאגן ער וויל מאכן א בנין דורך מאכן א לאך, און דאס
- proofread
- 0