Paragraph
Paragraph rh-q7c3hc55
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-at4awxq6
- order
- 2o
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- נציא. ס'איז דאך ווי באוואוסט אלעמאל איז דאך פותחין בברכה, בכלל אז מענטשן טרעפן זיך דארף מען אנהויבן אין א גוטן אופן, דורך ווינטשן אלע גוטע זאכן איינער דעם צווייטן, איז זיכער אזוי ווען אידן טרעפן זיך, וואס זיי האבן דאך אויף יעדער ענין אנווייזונגען אין דער תורה, וואס זי ווערט אנגערופן פון תורת חיים, אן אנווייזונג ווי אזוי צו אויפפירן זיך אין טאג-טעגלעכן לעבן, און די אנווייזונג באשטייט אין דעם, ווי געזאגט פריער, אז מ'דארף אנהויבן אין אן ענין של שלום, וואס שלום אין העבראש, אין לשון-קודש, האט מערערע א גרעסן אינהאלט, אנהויבנדיק דערפון אז דאס איז שלום בנישה חבירות, א גוטע באציאונג פון יעדערן מיטן אלע איבעריקע. איז דאס אויך דער אפטייטש, אז דאס איז פארבונדן מיט שלימות, וואס שלימות הייסט פערפעקשאן אויף ענגליש, אז דאס ברענגט ניט נאר א ברכה פון דעם אויבערשטן, נאר דאס ברענגט אויך אין טאג-טעגלעכן לעבן זאל מען זיין נאכמער פערפעקט ווי מ'איז געווען ביז דעמאלט. וואס דאס איז דאך במיוחד נוגע
- proofread
- 0