עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

117 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דערפון וואס ס'האט זיך גערעדט לעיל, אז אף על פי וואס תורה און עיקר התורה איז דאס ניט אן ענין וואס איז פארבונדן מיט פרט אחד, נאר ער איז פארבונדן מיט עצם חיות פון א אידן, וואס בדרך ממילא פארענטפערט ער יעדער פרט, ווארום דער עצם איז דאך פון אים נעמען זיך די אלע פרטים,

2מכל שכן וקל וחומר וואס אלע פרטים נעמען זיך פון כלל, וואס עצם איז דאך נאך העכער און טיפער פון כלל איז דערפון אויך פארשטאנדיק, אז אף על פי וואס עיקר התורה איז דאס אן ענין עצמי, ביז וואנענט אז מ'זאגט אז ”ישראל אורייתא בקוב” ה 'כולא חד' און וואס איז תורה?

3דאס איז חכמתו של הקב"ה וואס ”הוא וחכמתו אחד” איז דאך דאס ”הקבוש ברוך הוא ממלא את העולם”, על דרך ווי נשמה ”ממלא את הגוף”.

4איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז פונקט ווי יעדער חלק פון גוף האט דאך דאך דעם חיות וואס ער באקומט פון דער נשמה, און מצד דעם חיות לעבט דער אבר, און דער חלק שבגוף אין דעם אופן המיוחד לו די אויג וואס זי זעט און דער אור וואס זי הערט,

5וכיוצא בזה כל רמיך אברים איז דאס מצד דעם חיות הנשמה וואס ס'געפינט זיך ”באין ובעוזר ובכל אבר” ואבר, אף על פי וואס דער עצם הנשמה איז שלא בערך פון התחלקות און פרטים און אפילו כלליים.

6וואס על דרך זה איז בנוגע צו תורה, ועל דרך זה איז בנוגע אלקות שבריך הוא, וואס ער איז ממלא כולה אדמין אבער ”לאו מכל אילן מדות סיהוט לאו”.

7ביז וואנענט אז ווי דער לשון פון דעם אלטן רבי'ן לא זהו עיקר האלקות וואס ער איז בורא עלמות וואס דאס גייט אויף אלע ”עולמות, אפילו עולמות” אין סוף.

8וואס זיי אלע ווערן דאך נכלל אין דעם תואר און אין דעם ”לשון בורא עוללים” דערפון איז אבער אויך פארשטאנדיק, אז אין תורה געפינט מען אן ענטפער אויף די אלע פרטים ופרטי פרטים וואס ס'איז דא בחיי פון א אידן בכלל, און בחיי פון העולם בפרט.

9וואס דאס איז דאך אויך פארשטאנדיק, דערפון וואס דער מדרש זאגט דאך דער משל אין תחילת פון בראשית רבא, אז תורה זאגט ”אני הייתי כלי אומנתו של” הקב"ה אז בדוגמא בשעת מ'דארף בויען א בנין, איז פריער האט מען ”דיפתראות ופינקסאות” בלשון המדינה א בלו-פרינט, און דערנאך קוקט דער בונן,

10דער קבלן, אין דעם בלו-פרינט ווייס ער ווי אזוי צו בויען די צימערן, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז יעדער פרט וואס איז דא אין בנין מוז ער פריער זיין אין די ”דיפתראות ופינקסאות”, אין דעם ”כלי אומנתו של” הקב"ה.

11וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז אויב ס'איז דא א חלק פון בנין וואס ער איז דורש תיקון, אז מ'דארף אים פארריכטן ער זאל זיין ווי ס'דארף זיין על פי א ”דיפתראות ופינקסאות” איז דערצו די עצה,

12מ'זאל א קוק טאן אין די ”דיפתראות ופינקסאות” וועט מען זען ווי אזוי מ'דארף דאס פארריכטן, ווארום א שלימות פון א תוכנות פון ”דיפתראות ופינקסאות” איז, אז דאס פארווארנט, אז אויב ס'וועט עפעס קריא ווערן ווי אזוי זאל מען דאס קענען פארריכטן אז ס'זאל ווערן ווי דער ”עולם על מילוי' נברא” ווי ס'איז געווען קודם החפש.

13וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'זאגט אז דער ענין איז ניט שייך צו תורה איז דאס היפך האמת, ווארום תורה איז דער ”דיפתראות ופינקסאות” ”של כל העולם כולו”, על אחת כמה וכמה צו אן ענין פון א אידן, וואס ישראל ואורייתא איז דאך 'כולא חד' צוזאמען מיט קובה.

14און וואס דערפון זעט מען אויך דעם מענה, דעם ענטפער וואס מ'באקומט פון תורה, אויף דעם ענין וואס ס'טומלט זיך לאחרונה, וואס ס'איז דא די יונגע וואס האבן ארויסגעגאנגען מיט א מרד, און מ'שטורעמט און מ'לארעמט, און מ'לאזט ניט מאכן קיין אסיפות,

15און פירן אסיפות מיט פראטאקאלן, מיטן גאנצן סדר ווי ס'דארף צו זיין, מיט א יושב ראש דער וואס זיצט אויפן קאפ פון די אלע פ וואס דאס איז דאך דער אמיתית ענין פון א יושב ראש, ניט ער איז נאך אן אויסגעפליבענער פריער קלייבט מען אים אויס, דערנאך זעצט ער זיך אוועק אויפן קאפ פון די אלע פארזמלטע און טוט מה שליבו כפש,

16ווייל דערנאך איז קלייבט ער צו זיך צו די מזכירים און די נוסקים קודם וכו און דערנאך האבן זיך געפונען יונגע וואס האבן מבבל געווען די כל הסדרים,

17און מ'איז מבלבל און מ'טומלט און מ'לארעו'ט, און ס'ווערט די שאלה ווי דארף זיין צו זיי דער יחד.

18וואס לכאורה איז דאך אויף דערויף דער ענטפער א קלארער דאס וואס די גמרא זאגט אז בנין נערים איז דאס חורבן, וחורבן זקנים איז דאס בנין,

19אבער במה דברים אמורים?

20אז דאס רעדט זיך וועגן אן ענין של בנין, נאר וואס דען?

21ס'ווייזט זיך אויס אז די זקנים ווילן דאס חרוב-מאכן און די ניארים ווילן דאס בויען, און אויף דערויף דארף מען באווארענען וואס איז דער אמת'ער בנין און וואס איז דער אמת'ער ”בנין ניארים'ס סתירה, און סתירת זקנים בנין”.

22מ'טאר דאך אבער ניט פארגעסן וועגן וואס ס'רעדט זיך דאר וכידוע אויף דער ענין וואס מ'באווארנט, אז ס'איז דא דער ”תנא חטין והודא לא בשעורין” איז דאס אן ענין שלא בדוגמא.

23בשעת מ'רעדט וועגן חטין האט ער ניט וואס צו פארפירן די שקלא-וטריא און די מחלוקת וואס ס'טוט זיך וועגן שעורין.

24מצד אט דעם שקלא וטריא וואס מ'טומלט זיך וועט זיין אינגערעכט צי די ניירים האבן רשות צו תנא זיי, צי זיי האבן ניט א רשות אן אזוי פארגעסט מען, אדער מ'וויל פארגעסן, וועגן וואס דאס האנדלט זיך.

25דאס רעדט זיך וועגן דערויף וואס די נייערים פארלאנגען אז מ'זאל געבן מערער געלט אויף חינוך, און אז מ'זאל געבן מערער געלט אויף א אידישקייט, במילא וועט פעלן געלט אין די אלע ענינים וואס זיינען ניט שייך, און ניט אויף דערויף האט מען אויפגעמאנט די געלט בא די מנד

26אזוי ווי דאס איז דאך א טענה וואס ס'איז שווער זיך מיט איר אפצוגעבן, און ס'איז ענג זיך אין איר אריינצולאזן פאלט מען אויף דער המצאה, אז וואס דארף מען רעדן לגוף הטענה וועגן די חיטים מ'וועט בעסער רעדן וועגן די סעורים ווען ס'האט געבראכט די טענה.

27האט אמאל דערציילט, אז ס'איז געווען בשעת ס'איז געווען דער משפט בודת, א מעשה מיט עלילת דם אויף אידן אין רוסלא� איז געווען אידן פון די קליינע שטעטלע, ווי גערעדט פיי אים, האט זיך מיישר געווען, אז ער וועט אנשרייבן מיט אלע ראיות, פון תוספת און פון גמרא ווי אזוי דמי זשד פון פראקוראר אליין צו דעם קאטוגר אליין וועט ער זיכער מבטל זיין די טענה.

28אז ס'האט געפונען, האט ער אנגעשריבן, און דערנאך האט ער געדארפט געפינען א משכיל וואס ער קע קענט דאס איבערזעצן אויף בשעת אנקומען צום פרקורארן, און מ'האט דאס דורכגעלייענט, ס'איז געווען א איר, ס'האט געקענט לערנען מיט אלע ראיות, פרעגט דער מסכיר ביים פרקורארן וואס זאגסט ער אויפן בריוו?

29זאגט ער וואס הייסט, דו זעסט וואס ער האט געטאן אין בריוו, וואס איז?

30דעמאלט איז געווען די בולים, די סטעמס, אויף בריוו איז געווען די תמונה פון דעם צער, פון דעם מושל, פון ניקלים.

31ער אים איז ניט געווען נוגע, ער האט ניט געוואלט זיך אריינלאזן אין די טענות וואס ס'שטייט אין בריוו, האט ער זיך מיישר געווען, אז די סטעמפ וואס אויפן בימבלאפ וואס אויף דער מהטפא איז אנגעקלעפט ניק עלי מיט דער קאפ אראפ וואס דאס איז א מרידה במלכות.

32למא נחקא מינה צי די נייערים האבן געהאט רשות, מבמל זיין דעם פראטאקאל, און מבזה זיין אף על פי וואס דער איז יושב ראש און דער איז מזכיר, האט ער זיך אוועקגעשטעלט ביים טיש, און האט געזאגט אז ער וועט רעדן קודם לשער נוגע איז זיך נוגע וועגן וואס ער האט גערעדט, און וואס האט ער גערעדט?

33האט ער גערעדט אט די טענה וואס ס'רעדט דער קרמונו של עולם האט דער אויבערשטער מאנט, אז לכל לראש דארף מען מחנך זיין א דור וואס ער זאל גיין בדרך הישר ובדרך הצדק,

34וואס דאס איז דער דרך התורה והמצוה, און אזוי ווי מ'דארף אז דער מלמד און דער מחנך זאלן ניט האבן קיין דאגות פרנסה דארף מען אים צאלן אין אזא מין אופן אז ס'זאל ניט זיין פארטומוק מיט אנדערע זאכן, וועט ער זיך קענען אפגעבן מיט דעם חינוך פון די תלמידים.

35און אזוי ו”הזהרו בבני עניים שמהם תצא תורה” ס'איז דא עלטערן וואס קענען ניט צאלן, דערפאר וואס זיי זיינען עניים כפשוטם, ס'איז דא עלטערן וואס זיי זיינען ערגער, זיי זיינען עניים ברוחניות,

36זיי קענען צאלן, זיי ווילן אבער ניט צאלן, דערפאר וואס זיי זיינען עניים ברוחניות, באמיתיות ער איז ערם, ער ווייס ניט די טייערקייט פון אידישקייט, פון תורה ומצוה,

37וויל ער ניט שיקן זיין אינגול אויב דער בנין איז ניט מיט די אלע חיצוני'דיקע בכוועמלעכקייטן, און אויב דער מלמד און די הנהלה גייט ניט ארום מיט די גאנצע פארפוצקייט,

38וואס דאס דארף קאסטן אזויפיל און אזויפיל מיליאנען, און ער וויל אז דער זון זיינער צי די טאכטער וועט זיין אין א דור מטריא זאל זי האבן א צימער פאר זיך מיט די אלע בכוועמלעכקייטן, וואס אויף דערויף ד און וויבאלד אז בני אני איז ”מהם תצא תורה” דארף מען זיי אויך פארזאגן.

39דער קינד איז זיך ניט שולדיק, דערפאר וואס דער טאטע און מאמע זיינען אראפ פון וועג, און זיי רעכענען אז דער עיקר איז אז דער קינד זאל האבן א צימער פאר זיך, מיט א תיקול פאר זיך, מיט אלע ענינים פאר זיך, און וואס מ'וועט אים לערנען?

40איז ניט אזוי די נפקא מינה, אבי ער לערנט אין א מוסד וואס האט אזויפיל פלא� אע' פי וואס ער האט ניט קיין מחנכים איז דערפאר דארף דאך דער זון צי דער טאכטער ניט ליידן די ערשטע זאך דארפן זיי ארייננעמען אין ד' אמות של חינוך הקשר, של חינוך על טהרת הקודש, און דערנאך איז דורך דעם זון מיט דער טאכטער וועט מען מחנך זיין די עלטערן,

41אז זיי זאלן פון די עניות בדעת זאלן זיי ווערן עשירים בדעת, זיי זאלן דערקענען דעם אמת.

42וואס אין דערויף איז לכל לראש דארף מען האבן די געלט.

43איז וואס טענה"ט זיך דא?

44נאר דער יונגער מאן צי די יונגע מיידל האט זוכה געווען, אז זי איז געווארן דער שרייער און דער אויסרופער, אז הערט זיך איין אידן, דורך וואס אידן האבן געהאט וויזיט צו דער א קיום און וועלן האבן א קיום איז דאס ניט דורך דערויף וואס מ'וועט זיך ברימען, אז מ'שיקט געלט אין ביא פרי אדער משיח געלט אין אנדערע ענינים,

45וואס דאס איז אן ענין טאקע על פי תורה דארף מען דאס טאן, דאס קומט אבער ניט צו פיקוח נפשות צו חינוך פון טויזנטער קינדער וואס גייען פארלארן מיט די יום ויונו, דערפאר וואס ישיבות און חדרים האבן ניט כינוק געלט אויף זיי האבן מלמדים און נעמען מחנכים פאר זיי אלעמען,

46אדער זיי האבן ניט אט די חיצוני' זיקע ענינים וואס דאס וועט צוציען אויך די קינדער פון די עלי' ים בדעת דארף מען לכל לראש, דער דין קדימה, בלשון המדינה פרא יארץ איז דארף מען די געלט אוועקגעבן אויף דעם.

47ותמור, אז ווען מ'זאל זיך אריינטראכטן אין די טענות און זוכן עצות ווי אזוי דאס צו באווארענען?

48גיט מען אוועק טעג און נאכט, און טאמער קומט צוגיין אן אסיפה פון פרומע אידן, טאג'עט מען אים צי דאס איז ”נוערים פני זקנים ילבינו” מיט אן אופן טוב, אדער מ'דארף זיי מוצען וואס זיי האבן מבשל געווען דעם יושב ראש.

49וואס ליגט מען אין דערויף צי די סטעמפ איז אנגעקלעפט, מיטן התפעלות בשלימה עיר אשר בכיבור דצר אין יענע צייטן קלעגט מען מאכן א משברך שבת אין שול,

50במילא אבער מ'קען ליגן אין דעם שטעמפ און מ'קען טראכטן וועגן אן עלילת דם.

51ס'איז דא אזוינע וואס טראכטן אויס, אז א איד קאכט זיך ניט אין תורה, און קאכט זיך ניט אין מצוות, און אים איז דאס ניט נוגע, אבי ער זאל זיין אנגעטאן אין אן אופן וואס שנאת לבושין איז קומען צוגיין אזוינע 'קבל את האמת ומי שאמרו' ווער ס'זאלן זיין, און שרייט און קלאפט אין טיש,

52און זאגט הערצע חייל לכל ראש גיט אוועק די גרעסטע טייל פון די געלט אויף חינוך, וואס ער זאל זיין א חינוך אמיתי, דאס הייסט א חינוך על פי תורת חיים, און אין אירע וואס וועט ברענגען לידי 'קיום המצוות' אויף וועלכע ס'שטייט וחי בהם,

53און אין דערויף איז ניט שייך צו מאכן קיין פשרות, אז ער וועט אים לערנען מערניט ווי אין א ”סאנדי סקול”, מערניט ווי זונטי ון די גאנצע וואך וועט דער קינד ניט האבן קיין שייכות און קיין פארבונד מיט תורה, ער וויל אז דער קינד זאל זיין לעבעדיק זיבן טעג א וואך, דארף ער מיט אים לערנען תורה אויך זיבן טעג א וואך, ווארום תורה איז היא ”חיינו ואורך ימינו”.

54איי באקומען א מלמד וואס זאל ווערן לערנען שבת אויך דארף מען אים צאלן עבר-טייל, צוויי מאל אזויפיל, צו אנדער מאל אזויפיל איז כלום חסר כסף וזהב אין ארצות הברית איז דא גענוג געלט אין ארצות הברית אויף געפינען און בא צבן מחרכים וואס זיי זאלן לערנען ניט נאר אין 'ימות החול' נאר אור בימות ובימות השבת,

55נאר וואס דען? די געלט איז ישראל נתויים ונותנים מ'גיט די געלט, און די געלט ליגט אין א קופה ציבורית, דערנאך, אז מ'דארף דאס פאנאנדערטיילן גיט מען נאך פינף און ניינציק פראצענט אויף כל הענינים, און ס'בלייבט פינף אחוזים, פינף פראצענט בלייבט אויף חינוך.

56און מ'שעמט זיך ניט אפדרוקן א דין וחקבין!

57גלוי ”לכל עמי הארץ”, אז די און דער מוסד און די און די ארגאניזאטיע וואס האט זוכה געווען און מצריח געווען און אנגעקליבן מיט מיליאנים פון דאלער האט דערנאך געווען א גבאי צדקה נאמן לשולחה און האט פאנאנדערגעטיילט פינף און ניינציק פראצענט אויף כל ענינים, און די פינף פראצענט האט מען קיין ברירה נעמך ניט געהאט, האט מען דאס אפגעגעבן אויף חינוך,

58יהודי חינוך על טהרת הקודש.

59וואס ס'איז געווען גוירן וואס האבן דאס אויך גע'טענה'ט, אבער א גבירה א האט ער דאס אפגע'טענה'ט דערנאך איז ער אוועקגעגאנגען צוריק לעסקה.

60במילא, דער עקזעקוטיב, דער וואס דארף מחלק זיין די געלט, האט געוואוסט, אז גלייך נאך דער רעדער וואס ער וועט האלטן וועט ער אוועקגיין צו זיך אין ביזנעס, האט ער אים אפגעגעבן כבוד און האט אים געלאזט זיך אראפרעדן פון הארצן, און האט אים געזאגט אז ער איז א גוטער מענטש און א גוטער איד, און נ

61ער האט מציל געווען כללות העולם כולו, עאכו' כמה עליהם עם ישראל, און איצטער קען ער זיך פארלאזן אויף אים ער קען אוועקגיין רואה, און דערנאך איז געווען כדי שטארקער ס'איז געבליבן ווי ס'איז געווען פריער.

62זיי זיינען געקומען צוגיין אזעלכע און האבן טומלען זיך און ווילן ניט נתפלל ווערן פאר דעם עקזעקו טיוו, און אויף אזויפיל אז זיי זאגן אז מ'דארף האבן אן אנדערן ער האט נאר געבעטן זיך בא דעם עקזעקוטיו איך בעט דאך בא דיר, בשעת דו וסט טיילן איז אנשטאט פינף פראצענט גיב א זעקסטן,

63און מארניסט, אפשר וועלן ניט צו מוסיף זיין א זיבעטינס, און איצטער האב איך קיין צייט ניט ווארום איך דארף גיין אין ביזנעס און איך פארלאז זיך אויף דיר.

64און משנה זיין א טבע אז א עקזעקוטיו זאל משנה זיין טבעו איז דאך דאס איז א שווערע זאך, דאס דארף מען הא� און אט דעם שינוי הטבע פון דעם עקזעקדיו דארף נעמען א צייט, דערוויילע וואקסן אונטער קינדער,

65אינגלאך און מיידלאך, און די ישיבות האבן ניט קיינוק געלט אויף זיי אריינצונעמען, און די וואס נעמען אריין זיינען די חיצונות הבנינים ניט מיט דעם אלע פאר חיצוני, וואס דאס קען צוציען די קינדער פון די ”עניים בדעת” אויך אז יענע מוטער זאל אויך שיקן דעם קינד אהינצו, און דער קינד קען ניט ווארטן מיט זיין וואקסן ביז וואנענט ער וועט זעקט אים וועט משנה זיין דעם טבע.

66וואס דערפאר האבן זיי זיך לכתחילה אריינגעשטעלט אין דער תביעה, אז מ'דארף האבן אימעצן וואס ער וועט זיין נאמן אויף דער חלוקה פון די כספי צדקה.

67און ס'איז דאך א פלא, ווי עס זעט, כא י' גערעדט כמה פעמים, אז ניט ווי מ'איז עולה ווי מ'מיינ און די ענינים פון וועלט, איז דאס פארשטאנדיק אין שכל,

68וואס דער אויבערשטער האט אונז געבראכט אין אזא מין תקופה אז ס'איז געווארן פארקערט, אז וואו איז וואס דער ”שוחד יעוור עיני חכמים” אז תורה איז אויף אים מעיד, אז איידער ער נעמט שוחד טרופט אים אן תורה חכמה, בשעת אבער ער נעמט שוחד איז יעוור עיני חכמים די תורה זאגט ניט אז ער ווערט אויס חכמה, ער קוקט אבער ניט בלינדע אויג

69מ'זעט אז בשעת ס'איז חסיס לקפת הזל בנימותא ווי גערעדט כמה פעמים, אז דער פירוש אין דעם איז, אז מ'דארף דאך ניט חס ושלום איבערמאכן תורה צופאסן צו מנהגי המדינה, נאר הזל בנימותא אויסניצן די נימותא המדינה כדי מ'זאל מצליח זיין מערער און שטארקער און טיפער אין 'לימוד התורה' און אין 'קיום המצוה'.

70מ'זעט אין הנהגות המדינה, סיי אין ארצות הברית און מדינות הדומות לה און סלוחות לה וואס זיי ווערן אנגערופן בשם דעמאקראטיע, איז דא א יסוד מוסד אין אופן הנהגת המדינה, אז ס'טאר ניט זיין די ממשלה פון דעם וואס מאכט די חוקים און דער וואס איז זיי דערנאך מקיים בפועל, טיילט זיי פאנאנדער דארף דאס ניט זיין אין דער זעלבער האנטל.

71דער וואס מאכט די חוקים איז א באזונדער מענטש מיט א באזונדער מוסד, דערנאך איז דא דער וואס דארף זיי ארויספירן מן הכח אל הפה.

72כמדובר כמה פעמים, איז דאס אן ענין וואס אלע ענינים נעמען זיך פון תורה, אט דאס איז וואס תורה זאגט, אז בשעת תשים לך בכל שער אחד דארף זיין צוויי באזונדערע זאכן שופטים ושוטרין.

73לכאורה, פארוואס קען דאס ניט זיין דער זעלבער מענטש?

74ס'טויג ניט, ס'דארף זיין איינער וואס ער וועט מאכן דעם חוק וואס דאס איז דער ענין השופט, א צווייטער וואס ער ווערט אנגערופן בשם שוטר וואס ער וועט דעם חוק דורכפירן בפועל.

75על דרך זה איז אויך בהנוגע צו כספר ציבור איז די וואס א צדקה איז נקבית בשנים און אזוי אויך בנוגע לכל פרטי א צדקה מ'קען זיך ניט פארלאזן אויף שיקלו הדעת פון אונז.

76און דער עיקר איז, אז דער וואס מאכט די פאליסע וואס מ'רופט דא אן ווי אזוי מ'זאל פאנאנדערטיין, און דער וואס איז מחלק בפועל איז ניט געזונט.

77און דאס מוז ברענגען צו היפך.

78ס'איז דא אז מ'זאגט היפך דעמאקראטיע איז דאך דאס ניט שייכות צו זאגן ערדער דאס מוז ברענגען צו היפך פון דעמאקראטיע, אז אויב דער עקזעקו טיוו, דער אויספירן בפועל, און אויך אט דער וואס מאכט דעם חוק אט דער וואס מאכט די פאליס איז וועט דאס זיין דער זעלבער מענטש,

79די צרות פון די אזוי-גערופענע וואס דארפן פארזאגן אידן מיט כל עניניהם איז אין דערויף, אז דער עקזעקו טיוו איז ניט נאר דער וואס ער איז מחלק די געלט, ווי אן אנדער גיט אים די נאר ער אליין מאכט די דימה ואיכה וועמען צו געבן און ווי אזוי צו געבן,

80אפילו אז אים פאסט דאס ניט שטעלט ער אונטער אימעצן וואס ער זאל זיין זיין שופר, וואס דורך אים וועט ער בלאזן ווי אזוי צו פאנאנדערטיילן די געלט,

81און ער איז אויך אט דער וואס ער איז דער מושל ושולל בכל הפרטים.

82און כל זמן מ'וועט דאס ניט פאנאנדערטיילן איז ווי גערעדט פריער משנה זיין דעם טבע פון דעם וואס האט זיך נוהג געווען צענדליקער יארן, אז פינף און ניינציק פראצענט האט ער געגעבן אויף אנדערע זאגן, און פינף פראצענט האט ער געגעבן אויף ענינים פון יהדות,

83ובפרט אויף ענינים פון חינוך ווייס מען ניט וויפל צייט דאס וועט נעמען ביז וואנענט מ'וועט אים מחנך זיין, אז ער זאל ווערן אנדערש.

84אט דאס איז אבער בשעת מ'טיילט אפ, אז ס'איז דא און ער האט קיין דיעה ניט ווי אזוי מ'זאל דאס טיילן, דערנאך איז דא אט די וואס זיי זיינען ניט קיין עקזעקוטיווס, נאר זיי זיינען די וואס זיי זיינען מומחים אין מאכן די חוקים ווי אזוי מ'זאל טיילן, און זיי האבן קיין שייכות ניט צו טיילן די געלט בפועל איז אט דעמאלט עולי יש תקוה,

85אז אין אזא אופן, און צוזאמען מיט דעם טומל, דער עיקר אז ס'איז שוין ארויסגעקומען אין די צייטונגען אויך איז כולי האי ואולי ווי ער איז סיים אין אגרת הקודש פון קטן תיב אז לב החם וועט זיין ”כמים הפנים לפנים”,

86אז פונקט אזוי ווי די שרייער ווילן אז מ'זאל פאנאנדערטיילן די געלט וואס זאלן אויסגענוצט ווערן אויף עניני יהדות וחינוך במיוחד, אזוי וועט דאס אויך פועל'ן בא די וואס האבן ער קיין בריאה ניט, זיי מוזן זיי הערן דערפאר וואס אז ניט איז דאס פארבונדן מיט בזיונות און דער עיקר מיט פובליסיטי.

87וואס דאס איז דאך גאר דער גרעסטער בזיון, אז בדינות פון ב”פני חבירה ברבים” איז ניט שייך צו זאגן, ס'איז די ערטעסטע זאך וואס ס'קען זיין, און דערפאר אט דאס האט מען זיך דערשראפן.

88און אט די אלע וואס זיינען צי די סטעמפ איז אפגעדרוקט מיט דער קאפ אראפ צי מיט דער קאפ ארויף, און צי ער איז דער שרייער האט נזרער געווען אין דעם פראטאקאל,

89און האט גענומען א ווארט ווען ער האט דאס געמעגט נעמען דעם ווארט, אדער ער האט גערעדט ניט אין לאנג ”שלא בזמנו ושלא” במקומו איז דאס זאל מען לאזן נאך דערויף ווי מ'וועט מציל זיין די קינדער וואס שטייען על סף הצמיעה אויף אן ענין פ

90דערנאך אז ס'וועט בלייבן פרייע צייט און ס'וועט ניט זיין קיין ווירטיקערע זאכן וועט מען אים ארויסרופן ווי דא איז דא דער סדר אז מ'מאכט א בעסטער אין הכבוד, וואס דארטן וועט מען אים מעניש זיין פארוואס ער האט פוגע בכבוד געווען פלוני בן פלוני צי דאס איז דער יושב ראש צי דער מסכיר צי אפילו דער טשערמאן וכו' וכו מיט די אלע פרטים וואס זיינען געווען בא זיך.

91ולא רחוקה ס'ווייזט זיך דאך אויס, לכאורה, אז וויבאלד אז דער סדר פירט זיך אזוי צענדיקער יארן, ווי אזוי קען מען האפן אז מיטאמאל וועט דאס נשתנה ווערן?

92דאס דארף מען דאך משנה זיין סידור בראשית זינט, פעדערישנ'ס וכו' זיינען קיים אין אמעריקע, איז דער חלוקות המאות, און דער מאכן די פאליסיס געלעגן אין א חוק מצומצם,

93פון עטלעכע מענטשן, דער עיקר פון א נצומפון א השקפה ביוחדת, וואס אט די השקפה האט מען מכריח געווען, אז צום אלעם לעצטן קומט דער חינוך, און אין חינוך גופא צום אלעם לעצטן קומט דער חינוך 'לא ידעות' אמיתית איז ווי אזוי קען מען האפן אז מ'האט דאס מיט אמאל משנה זיין?

94איז אט דאס האט מען געזען גראדע די לעצטע יאבן, אז ס'קען זיין כהרף עין, זאלן אויפבויען און נחמנא ליצלן אויך חרוב מאכן ענינים וואס זיי האבן געהאט א קיום עשיריות בשנים,

95און וויבאלד אז מ'האט די ברירה און ס'איז שוין געווען אזוינע וואס האבן אויפגעוועקט פון שלאף אט די וואס זיינען געשלאפן טיף בהבלי העולם הזה כלשון הרמב"ם זאלן לכל הפחות איצטער אויסמוצן וואס זיי האבן זיך אויפגעכאפט און אריינכאפן און דורכשטופן און דורכפירן,

96אז ס'זאל ווערן דער חוק ולעוור אז צום אלעם ערשטן דער אופן חלוקות המאות איז באזונדער און דער מחלקים בפועל זיינען אנדערע מענטשן, און ווי אזוי דאס זיין דער אופן חלוקות המאות הכסף איז דאס ווי גערעדט פריער לויט ווי ס'איז אנגעוויזן אין תורת חיים, אין הוראה בחיים,

97אז צום אלעם ערשטן איז דא דער ושננתם לבניך דער כ”הם חיינו ואורך ימינו” אז אויב מ'וויל אז פאר די ראשון זאל האבן געלט אין א יאר ארום און אין א דור ארום דארף מען אויפהאדעווען א אידן וואס זיי זיינען פארבונדן מיט דער אלטער שטעטל ועניני' לכל הפחות,

98ווי דער אן-רייטניק וואס דערמאנט פריער, האט מען נאך געזענקט פון גירסא די יאנקעסע, און ס'איז ניטא קיין אנדער וועג אויף דעם, דערפון וואס מ'וועט אים מאכן צוואנציק פדר,

99און מ'וועט אים קויפן יעדער יאר א נייע קאר, און מ'וועט אים ארומלויבטן איבער די בעג און איבער די טמא, ובכל מקום ”שלבו חפץ” וועט ניט אויסוואקסן קיין בעל צדקה און קיין בעל שכל און קיין בעל יושר, עאכו"כ אז ס'וועט ניט אויסוואקסן קיין גאנצער איד,

100און אויב ער איז א פאלשער איד איז ער א פאלשער מענטש אויך, ס'קען ניט זיין צוזאמען, אויב ס'איז פאלשקייט אין איין ענין מוז די פאלשקייט דורכדרינגען אין אלע איבעריקע זאכן.

101ס'איז דאך אבער דא די שיטה, אז בימי לא יהי' ווי דער לשון אין תנא אז וויבאלד אין זיינע צייטן וועט דאס נאך ניט קומען וועט ער דערוויילע זיין דער מושל ושולל האט מען אויף דערויף מסביר געווען, אז איצטער לעבט מען אין א צייט וואס אט די ענינים וואס אמאל האט דאס געדארפט נעמען טעג און וואכן און חדשים אין יארן,

102איז איצטער קען מען דאך דאס אפטאן בשעתא חדא וברגעא חדא אט אזוי איז אויך, אויב מ'וועט אננעמען אט דעם אויפוועקל פון שלאף, און מ'וועט דאס אויסניצן כדבעי למהב אויף חיזוק 'בלימוד התורה' און אין חינוך וואס ברענגט צו 'קיום המצוות',

103וועט דאס אט דעמאלט האבן א קיום, ווארום ס'איז דא דער אתם הדבקים והוי' אלקיכם איז א זיכערע זאך אויף חיים כולכם היום אויב אבער מ'רירט אן די דבקות, און ס'איז ניטא אויך דער גיפסא די יאנקעסא איז ווער ווייס ווי דאס וועט אויס זיין, אפילו צווישן די וואס זיי זיינען אין דעם חוג מצומצם וואס ביז איצטער האט ער קובע געווען די הנהגה.

104ידוע ומפורסם אז מ'האט זיך שוין געבענדיקט אין די הנהגות פון כמה ישיבות, גראדע ניט אין ליביביש'ער ישיבה קען איך דאס זאגן בלבב שלם,

105אז זיי זאלן זען צויימען און טאן כל התלוי ביי אים אז די יוגנט זאל ניט טומלען, ווארום אז ניט וועט מען צונעמען אויך אט די פינף פראצענט וואס מ'גיט יא אויף חינוך הכשר, במילא וועט אויך פעלן דעם סיוע וואס מ'האט געגעבן אט דער ישיבה פלונית דער סיוע הכי מצומצם.

106איז דאך אויף דערויף די עצה, ווי ער זאגט, בשעת מ'וויל אויך זיין אין אן אופן וואס דאס איז היפך היושר, איז בשעת מ'איז מפסם הענין ברבים, אז דער גאנצער לחץ איז דאס ניט א זאך וואס מ'וויל זיך פליבן מיט פלוני בן פלוני,

107און ניט א זאך וואס מ'וויל מציל דופי זיין וואס ס'איז געווען נעכטן און ווי מ'האט זיך געפירט נעכטן, נאר מ'רעדט וועגן דערויף, אז ס'איז דא טויזנטער און צענדליקער טויזנטער קינדער פון אידישע עלטערן, נאר וואס דען?

108די עלטערן מיינען אז זיי זיינען אמעריקאנער נ אזוי דארף מען באקומען און זיי באקומען ניט קיין חינוך הכשר, איז במילא איז משה עבר עבר, אבער מכאן להבא דארף זיין דער עיקרי מסתברא, אז דער גרעסטער טייל פון די כספי ציבור, פון ממון ציבור, דארף אוועקגיין לטובת הציבור.

109ולכל לראש אויף ענינים פון פיקוח נפשות ממש, אז דער אינגול מיט דעם ארור זאל בלייבן אין די ד' אמות פון אידן, און אידישקייט, און דאס וואס וועט בלייבן דערנאך וועט אויך זיין גענוג אויף צו באווארענען די אלע צרכים וואס מ'דארף האבן ”בין אדם למקום ובין” אדם לחבירו, און דערנאך בכל הענינים,

110כולל אויך אט די ענינים וואס מ'דארף טאן ”מפני דרכי שלום”.

111און ויהי רצון אשר על כל פנים מכאן להבדגע אים זיך אויך מערניט ווי א יחיד, איך רעד דאך אבער דורך א מייקראפאן, הערן זיך דאס כמה אידן, דערנאך איז דאך דא אזוינע וואס וועלן גלייך וועלן דאס אויסנוצן, האהא ער מיטט זיך שוין אין אן ענין שאינו שלו, אין די פעדעריישנ'ס אויך,

112האט דאס אבער די מעלה אז דערוויילע וועט מען געבן א פיסוק אז ס'איז דא א בריוו, נאר וואס דען דער סטעמפ איז איבערגעקערט מיטן קאפ אראפ איז אפשר כולי האי ועובר וועט איינער וועגן דורכלייענען דעם ענין וואס ס'שטייט אנגעשריבן אין דעם בריוו.

113און ויהי רצון, אז ס'זאל אין דערויף אויך מקויים ווערן דעם ”קבל את האמת ממי שאמרו”.

114ויש תקוהו, וויבאלד אז דפות הרבים מסייעתם דאס איז אן ענין וואס איז נוגע צו צענדליקער טויזנטער אידישע קינדער, זאל זייער זכות און זייער געשריי,

115וכמבואר אמאל בארוכה אין ”קול ילד בוכה” די מעשה מיטן מיטעלן רבי'ן, מיטן אלטן רבי'ן, זאל זייער געשריי דער קלו די לא ישתמא דערהערט ווערן בכל מקום וואו ס'איז דא א איד וואס גיט געלט אויף צדקה, און ער זאל אנשרייבן בפירוש,

116אז ער גיט די דלות וואס ער גיט לכל לראש זאל דאס אוועקגיין א חינוך ליהדו לתורה ולמצוותי,' און אז ער וועט דאס שרייבן בדברים היוצאים מן הלב וועט דאס נכמד זיין אל לב הקורא צו דעם צו וועלכן דער בריוו איז געשריבן, און ס'וועט פועל זיין פעולתו, אז מ'זאל אויסניצן די געלט אויף וואס מ'דארף און ווי מ'דארף,

117און אויפשטעלן אז דור ישרים יבורך זרע ברך השם ”צבאות השם"”, אט די וואס וועלן גיין בני ישראל לקבל פני משיח צדקנו, בקרוב ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions