Paragraph
Paragraph rh-q0rgvy0h
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-cvh72e5h
- order
- T3
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווערן די גאולה אין דער גאנצער וועלט ארום, צוזאמען דערמיט אויך, ווי דערמאנט פריער, אז די שנה טובה ומתוקה וועט נמשך ווערן דורך ארץ ישראל, און דורך דעם אידישן פאלק, צו אלע פעלקער און פון דער גאנצער וועלט, ותיכף ומיד ממש, אז ס'וועט זיין שלום אין דער גאנצער וועלט, און ס'וועט זיין אחוה ורואות צווישן אלע פעלקער, ווי ער זאגט אויך אין דער נבואה, אז לא ישא עוד גוי אל גוי חרב ס'וועט שוין אויפהערן זיין מלחמות, און ס'וועט זיין מערניט ווי שלום אין דער וועלט, און אויך צוזאמען מיט אנדערע זאכן וועט אויך זיין אין אן אופן פון שלימות, אין א גאנצן אופן און אין א פערפעקטן אופן, אין יעדער זאך וואס געפינט זיך אין וועלט, וועט שטיין אין אן אופן פון שלימות אין אלע פעלקער פון דער וועלט און אין אלע לענדער פון דער וועלט און אין אלע פרטים פון דער וועלט, וואס דעמאלט איז דאך פארשטאנדיק פארוואס מ'זאגט אז דאס איז טוב ומסק, און פארוואס מ'זאגט אז דאס איז דער זיבעצנטער טאג, ווארום דאס איז טוב אין דער גאנצער וועלט, און דאס איז אויך גלייך נאך דערויף צו תפילת מעריב
- proofread
- 0