Paragraph
Paragraph rh-q0d99war
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jsnfk3cq
- order
- S
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","checked":true}- content
- און לימוד התורה, וואס דאס איז דאך אויך בדוגמא פון שמים וארץ. און וואס נאך מערער, אז מ'האט דאס אלץ אפגעגעבן בבחירתו של כל אחד ואחד, ביז אין אן אופן פון להפשה לה, און געזאגט, אז מ'גיט דאס אפ בבחירתו עד כדי כך, אז מ'האט די הבטחה, אז אויב ס'וועט זיין יגעת איז דאך זיכערע זייך אז ס'וועט זיין ומצאת, וכמדובר כמה פעמים ומצאת איז דער פירוש, אז נוסף וואס מ'האט לפום צערא אגרא וואס דאס קומט אלס שכר, וועט מען אויך באקומען ומצאת אין אן אופן של מציאה אז די טרחה און דער צער און די יגיעה וואס מ'לייגט אריין בערך דערצו צו וואס באקומען און צו וואס מ'וועט דערגרייכן איז דאס בדוגמא פון דער טירחא וואס מ'האט אין אויפהויבן א מציאה, אז זי איז אפילו א יקר מכל יקר, אבנים טובות ומרגליות, וואס דאס איז דאך א הון יקר על דרך זה ברוחניות הענינים, און די טירחא פון אויפהויבן איר די מציאה, ולהכניסה לרשותה, אז אפי' ווען לדעתו איז דאס א יגיעה, אדער באמת א יגיעה, איז דאס שלא בערך צו דער מציאה וואס מ'געפינט על ידי זה, ובמיוחד נאך בשעת מ'ווערט א שליח און מ'איז מפיץ לימוד התורה וקיום מצוותי' אין דעם ארום זיך, און מפיץ ביז מעיינות חוצה, און מ'טוט דאס אויך מיט דער גאנצער אמת'קייט, און מיט די יגיעה המתאימה, ווערט מען דאך דעמאלט אויך א כלי אויף דער ברכה וואס דער אויבערשטער גיט, בלשון חז"ל אתה החיית את נפש העני וואס ער איז געווען אן עני אין ידיעת התורה, און ער האט געהאט דעם זכות און האט זיך אין דערויף אריינגעלייגט אויף החיית את נפש העני איז דער אויבערשטער אים מחי' חיים
- proofread
- 1