עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

6 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1בהוספה צו די ברכות האמורות, וואס די אלע וואס געפינען זיך איצטער דא זיינען דאך נכלל בזה, וכמדובר כמה פעמים, און מ'דארף גאר ניט מאריך זיין בזה ס'איז דאך א דבר הפשוט, קומט דאך א ברכה מיוחדה אין צוזאמענהאנג מיט אן ענין פון א חתונה, וואס יעדער חתונה און אלע אידישע חתונות זיינען דאך פארבונדן מיט דער חתונה און דעם שידוך און די חתונה שלאחרי זה פון אידן מיטן אויבערשטן, ביז די חתונה אין אן אופן פון נישואין, וואס דאס וועט דאך זיין בעיקר לעתיד לבוא, און איצטער איז דאס אין א מעמד ומצב פון אירוסין, כמדובר כמה פעמים, און פותחין בברכה, אז לכל לראש, אז די הכנות צו דער חתונה, אדער די וואס האט שוין געמאכט די הכנות, און די חתונה איז שוין געווען, זאל האבן א המשך טוב ומוצלח, לויט דעם נוסח ולויט דעם מנהל פון די אלע שבע ברכות, כולל אויך דעם ענין פון דער ברכה האחרונה, די ברכה השביעית, אז ס'זאל זיין מהרה ישמעה בערי יהודה בחוצות ירושלים, קול חתן וקול קל און מיט די אלע חמשה קולות ווי ס'איז דערנאך אויסגערעכנט.

2און דאס וואס יעדערער פון אייך נעמט אויף זיך אויך די שליחות צו געבן וואס מ'וועט איצטער געבן אויף צדקה, ובהוספה מדילי כל אחד ואחת פון שיעור, לפון נדבת לבו, זאל נאכמערער מזרז זיין די אלע ענינים האמורים, ובקשר ובמיוחד און דעם רמז, און נאך מער ווי א רמז ווי דער ענין גלוי און ס'שטייט אין דעם חיבור פון די צוויי פרשיות, וואס דאס איז דאך די היינטיקע וואך, און אין דער וואך גופא דער יום הרביעי שבו, וואס דעמאלט איז דער חיבור בגלוי, און בפרט אז דאס איז דער יום הרביעי, וואס דערפאר איז אויך בגלוי דער חלק אין חומש פון דעם טאג איז דאך סיי פון ויעקבל און סיי פון פקודו, וואס ביידע צוזאמען זיינען דאך א הכנה קרובה, און א המשך תיכף ומיד, ווי אין דער פרשה ויקרא אל משה מאה אל מון זאל דאס זיין די כל ענינים אלו בתכלית הזריזות, וואס תכלית הזריזות איז דאך אז לא עיקבן אפילו כהרף עין,

3און מ'איז ממשיך דערנאך אויך אין דער המשך פון די שבע ברכות אין שבעת ימי המשתה, ועד'זו אט די וואס ס'דארף ער זיין דער חתונה, און דא מ'דעפינט זיך אין אמצע הכנות צו דער חתונה, אז אויך די הכנה זאל זיין בהשלימות הכי גדולה, מתוך מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, ובשמחה אמיתית, אין א שמחה גדולה מעין פון שמחת חתן וכלה, וואס דאס איז דאך א שמחה בלי הגבלה כלל, וואס דערפאר ווערט דאך דאס אויך נרמז אין די ברכות פארבונדן מיט א חתונה, אז ס'זאל זיין דורות עד די עד, ענינים פון נצחיות, אויך בנוגע צו אדם אתם קרויין אדם, דערפאר וואס מ'איז בדוגמא צו אדם העליון, זאל זיין אויך א נצחית ובנים ובנות עוסקים בתורה ומצוותי',

4און וואס מערער מ'איז מוסיף אין די הכנות לזה, כולל אויך די הכנות צו דער חתונה וואס מ'האט שוין געמאכט, עד'ז אויך די הכנות צו דער חתונה וואס מ'מאכט איצטער, און דערנאך אויך די חתונות עצמות וואס דארף ער זיין, אז ס'זאל זיין די כל החתונות האמורות מתוך שמחה וטוב לבב נאך מערער ווי ס'איז געווען די שמחת פורים, וואס דאס איז דאך א שמחה עד דלא ידע, און דאס איז דאך אויך דער מסמך גאולה לגאולה פון גאולת פורים, אויך צו דער גאולה פון פסח, אז דאס זאל זיין גלייך פון די הכנות פון די חתונה, און נאך איידער מ'איז ממשיך בזה, זאל שוין גלייך זיין די גאולה האמיתית והשלימה, וואס זי איז דאך כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות אין די גאולה וואס קומט תיכף ומיד איצטער על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט ווערט דער ויקהל בשלימות דער קהל גדול ישובו אנו, דער פקודף בשלימות אויף דער מנין העשירי, כמוזכר לעיל, און ויקרא אל משה אל מאל מאל, און עוד מה להקפירות אשר על ה וואס זי איז געווען לפנים

5הפרוחות, און וואס די קפירות איז דאך געווען על ידי על הארון, וואס ס'נעמט דאך די לוחות ראשונות און לוחות אחרונות און לוחות שניות, און אויך דער ענין פון ספר תורה, וואס ער איז סמוך להארון, אדער בתוך הארון, ווי די אלע דיעות בזה, און ס'ווערט אויך תיכף ומיד כל ענינים האמורים, לא על הסדר, אז מ'ווארט ניט אז ס'זאל קומען דער חמשה עשר בניסן, מ'ווארט אפילו ניט אויף ראש-חודש ניסן, מ'ווארט אפילו ניט אויף דעם המשך פון דעם היינטיקן טאג, וואס דאס איז עשרים בחודש אדר, וואס דאס איז א חודש וואס ונהפוך הוא, און עשרים איז בגימטריא כתר, אז ס'זאל זיין דער ענין וואס א חתן איז דאך נקרא מלך, וואס יפו של מלך פארבונדן מיט כתר שלו, דערפון אויך פארשטאנדיק בנוגע צו דער כלה, אז ס'זאל זיין דער חתן און כלה ודוגמת מלך און מלכה בפשטות, בנוגע להרחבה ובנוגע צו כל עניניהם, זאל דאס זיין על דרך ווי ס'ווערט געטאן דורך א מלך און דורך א מלכה,

6און זיי זאלן געבענטשט ווערן בכל הענינים המזכרים לעיל, וואס זיי זיינען דאך אויך כולל אין זיך כל ברכות וואס זיינען אפשרי בעולם, כולל אויך ובמיוחד די ברכה פון גאולה האמיתית והשלימה, ותיכף ומיד ממש, ובזירוז גדול, ובמיוחד על ידי די שליחות צו צדקה. ובפרט נאך אז חתן קל איז דאך כמנהג האמור לעיל זיינען דאך מוסיף זדקה משל להם, ועד'ז אויך זייערע עלטערן און זייערע מחנכים און זייערע מחנכות, ועוד ועיקר תיכף ומיד ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions