Paragraph
Paragraph rh-pyqmxr60
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-41f8csa7
- order
- 4Q
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- איין אין פרטים, אין מועדים גופא טיילט מען אים אויס, אז דאס איז דער פרט וואס ס'ווערט אנגערופן זמן שמחתנו. און וויבאלד אז דאס קומט לאחרי זמן מתן תורתנו האט מען אין דערויף א לימוד נפלא, אז אף על פי וואס לכאורה איז דאך ניט שייך זאגן א גרעסערע שמחה ווי דערפון ווי דער וואס וואס בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו וואס קען נאך זיין א גרעסערע שמחה דערפון? זאגט מען, אז ס'איז נאך דא נאך א גרעסערע שמחה, לאחרי זמן מתן תורתנו קומט צו נאך א גרעסערע שמחה, וואס אט די שמחה איז פארבונדן אז ס'מאכט דעם גאנצן זמן פאר זמן שמחתנו. וואס איינער פון די פירושים בזה איז דאך, אז דער חילוק פון די חילוקים פון זמן מתן תורה, וואס דאס איז בחג השבועות, און זמן הסוכות, וואס דאס איז זמן שמחתנו, אף על פי וואס אויך דעמאלט איז אויך פארבונדן מיט מתן תורה, נאר מיט מתן לוחות האחרונות, וואס זיי זיינען דארט געגעבן געווארן ביום הכיפורים, און אנגעקומען צו אלע אידן, צו יעדער אידן און צו אלע אידן, אין אן אופן גלוי ושמחה, איז דאס דער זמן מתן תורתנו פון
- proofread
- 0