אגרת א'תי
ז' שבט תשי"ב · שי'
הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר מנחם מענדיל
איך האב זיך דערוואוסט ניט לאנג אז איר ווייסט די מלאכת הסופר' סת"ם, וויל איך אייך מציע זיין, אז איר זאלט שרייבען צום מרכז לעניני חינוך - מל"ח - צי וואלט איר געקאנט שרייבען מזוזות (וואס מסתמא שרייבט איר לויט דער דיעה פון אדמו"ר הזקן) און וויפיל בערך דארף דאס קאסטען, נעמענדיג אין אכט, אז דאס איז פאר אמעריקא, וואס די מזוזות דארפען זיין ניט פון גרויסען פארמאט.
בנוגע צו די עניני דפוס, ווי חוברות תפילין וכיו"ב, האב איך דאס איבערגעגעבען צום מל"ח, און איר ווענדעט זיך דירעקט צום מרכז לעניני חינוך.
ת"ח פאר דעם סיפור וועגען רבינו הזקן, ווען ער איז געווען אין ארשא, און זיכער האט איר נאך אין זכרון מהני מילי מעלייתא, מיט וועלכע איר וועט מיר מהנה זיין, ות"ח מראש.
בטח למותר לעוררו וועגען דעם בחור מיט וועלכען הרב פלוקסבערג האט געלערענט א געוויסע צייט (דעם נאמען פון דעם בחור שרייבט איר ניט) אז עס איז כדאי צו באזוכען עם נאך אמאל און מעורר זיין עם אז ער זאל ממשיך זיין דעם לערנען, און אויב ער האט ניט קיין חשק צום לערנען, איז כדאי צו משתדל זיין זיך מאכען בא אים א רצון.
בייגעלייגט איז דא די הנהגות פון דעם יום ההילולא של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, ובבקשה לפרסם באופן המתאים.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ה
- מזהה
- rh-pxhb2bcb
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit