transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1דא אין דעם אלטן רבינ'ס שולחן-ערוך אין אנהויבס, וואס דאס איז דאך דער בעל השמחה, רעדט ער דארטן אנטקעגן דעם ענין פון שבת און יום-טוב, און בכלל עניני תורה ומצוות וואס זיי זיינען תלוי אין זמן.
¶2וואס לכאורה איז דאך ניט פארשטאנדיק, מצד דעם חילוק המקומות אין כדור הארץ, איז דאך בשעת אין איין ארט איז יום איז אין צווייטן ארט לילה, און ס'איז דאך א חילוק בכמה וכמה שעות קומט דאך אויס, אז די ענינים וואס זיי זיינען תלויים אין זמן,
¶3און אויך דער משך הענינים און סוף הענינים זיינען ניט גלייך אין די אלע מקומות וואו אידן געפינען זיך.
¶4וואס אויב אזוי איז דאך ניט פארשטאנדיק, וויבאלד אז די תורה אחת לכולנה קומט דאך אויס, אז בשעת ביי איינעם מתחל איז ביי א צווייטן שבת, און על דרך זה בשעת ביי איינעם מתחל איז ביי א צווייטן יום טוב, און אזוי ”בכל עניני תורה” ומצוותי וואס זיי זיינען תלוי אין זמן,
¶5איז ער דארט מבאר אז די המשכה ווי זי קומט אראפ למטה קומט זי אראפ בכל עקלים, דאס הייסט אין יעדער ארט, נאך זיין מעמד ומצב נאך, דאס ווערט דאך אבער נמשך מלמעלה,
¶6און אזוי איז אויך מובן, אז דערנאך איז דארפן דאך די מעשה המצוות פועל זיין פעולתם באופן עלי' 'מלמטה למעלה', דעם ”נחת רוח לפני שאמרתי ונעשה רצוני” איז דאך דורך מעשה המצוה דא למטה איז דאך עולה און דאס פועל"ט א נחת רוח למעלה, וואס למעלה איז דאך העכער פון זמן,
¶7און דארט איז דאך דער עיקר פעולת המצוות און דער עיקר ענין המצוות, איז דארט איז זיך דאס מתאחד אין אן אחדות גמורה.
¶8אין שולחן-ערוך שטייט דאס אין אותיות פון נגלה דתורה, אין אותיות ווי אין שולחן-ערוך, אבער דאס איז דער תוכן הענין, און ווי ס'איז דא אין די מאמרים פון מיטעלן רבי'ן איז מ'ווערט דאס מבואר מער בארוכה.
¶9בהנוגע אלינו, אז ניט קוקנדיק וואס מצד מצב המקום איז קען דאך זיין, אז ס'איז דא אזוינע ערטער וואס מ'האט שוין מסיים געווען די התוועדות פון י'ט' כסלו,
¶10און ס'איז דאך דא אזוינע ערטער וואס מ'דארף ערשט אנהויבן די התוועדות פון י'ט' כסלו, איז דער ענין ההתוועדות פון י'ט' כסלו, וואס דאס איז דאך אן ענין וואס נעשה נץ לרבו ובאמת איז דאך דאס ניט נאר נעשה נס לרבו נאר על דרך ווי ער זאגט אויף יציאת מצרים,
¶11אז עילו ”לא הוציא הקבוש ברוך את אבותינו ממצרים הרי אנו ובנינו ובנובנינו משועבדים היינו” איז על דרך זה אין דעם ”פדה בשלום נפשו” פון דעם אלטן רבי'ן, איז עילו חס ושלום לא הוציא איז דעמאלט איז משועבדים היינו ”אנו ובנינו ובני בנינו”.
¶12במילא איז דאך דאס אונזער א גאולה ניט נאר וואס מ'דארף דאס מזכיר זיין מפני ”נס שנעשה לרבו” נאר אין דעם נס איז נאך צוגעקומען אן ענין נוסף, וואס סילוי להציב משובדים היינו במילא מאכט ער די ברכה אויף א נס וגאולה שנעשה לו.
¶13איז דאך דאס על דרך ווי אלע עניני מצוות התלויים בזמן, אז אפילו וואס דא מצד דעם זייגר און מצד דעם ארט איז דאס ניט בשוה אז דא איז מוקדים און דא איז מיוחר,
¶14מצד אבער דעם אינהאלט מיטן עיקר פון דער התוועדות, וואס דאס איז דאך אן ענין פון תורה ומצוותי וואס דורך דערויף איז ווי ”בימים ההם בזמן” אזוי איז מען נאכאמאל מעורר די המשכה והשפעה ווי ס'איז געווען בימים ההם, אזוי זאל זי זיין בזמן הזה,
¶15און דאס איז דאך העכער פון זמן, איז מצד דערויף ווערן מתאחד אלע ביחד, אט די וואס בגשמיות האבן זיי קען זיין שוין פארענדיקט די התוועדות, און די וואס זיי דארפן ערשט אנהויבן צוזאמען מיט אונז בתוככי 'כלל ישראל'.
¶16פונקט אזוי ווי אין דעם ענין איז מובן אז ס'איז דער מקום ניט מפסיק אין די מקומות הגלויים אזוי איז דאס אויך אין די מקומות וואס דארט איז די התוועדות מפני תנאי המקום, קען ניט זיין בגלוי איז דאך דאס דעמאלט נאכמער חביב, על דרך וואס ”מן המיצר כראתי” איז דאס דוקא רופט ארויס דעם במרחב כענני.
¶17וואס דאס איז אויך דער ענין וואס ”מבית האסורים יצא למלך” אז דוקא דורך דערויף וואס מתוך דוחקן ועקסא איז דאס ברענגט-צו צו די מלוכה גדולה, צו א התנשאות עצמית.
¶18וואס דערפאר איז דאך אויך ביים בעל השמחה, ביים אלטן רבי'ן, איז דאך געווען א חילוק בעניניו, ווי פאר פעטערבורג, ביז נאך פעטערבורג, וואס דעמאלט איז דאס געווען ביז טאג ווי בהתפשטות גדולה הרבה יותר, וואס דאס נעמט זיך מצד דערויף וואס במקורו נעמט זיך דאס אויך פון א העכערן ארט.
¶19וואס דערפון איז אויך מובן, אז אט די ערטער וואס דארטן קען מען ניט פראווען אט די התוועדות בגלוי, נאר מ'פראוועט דאס בסתר ובמסתרים איז זיינען זיי זיך אויך מתאחד בתוך כל אנש וואס זיי זיינען זיך מתוועד בכל מקום שהוא,
¶20און מי שאת אחיו יעזורו, אז דורך דערויף וואס אלע צוזאמען וועלן רעדן די ענינים ברוחניות, ווי אזוי ס'איז בשפדה ”בשלום נפשי, מקרב לי כי ורבים היו עמדי”, אט אזוי איז אויך מצד דעם מתפלל אים הציבור, וואס מ'איז זיי מצרף מיט ציבור פון חסידים ואנשבת וחי 'כלל ישראל' אין די מדינות,
¶21וואס מ'שטייט אין די ענינים בהרחבה ובגלוי זאלן זיי אויך נפדה ווערן בשלום ובקרוב ממש, און מ'זאל קענען פראווען די אלע התוועדות'ן און די אלע ענינים פון תורה ומצוותי' בריש גלי אז דאס זאל זיין ביד רמה.
¶22און אט די וואס שטייען מיט א מסירת-נפש אויף ענינים פון תורת החסידות, ניט קוקנדיק אויף די אלע רדיפות וואס ס'איז דא אין יענער מדינה וואס דארט איז דאך אויסגעוואקסן דער אלטער רבי און דארט איז אויסגעוואקסן תורתו והדרכותיה,
¶23זאלן זיי בקרוב זיך קענען מצטרף זיין באופן גלוי ובאופן של הרחבה עצמית אין די אלע ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט יפוצו המעיינות חוצה, און וואס דאס זאל זיין די הכנה קרובה, און אין אן אופן פון תוקף לביאת משיח צדקנו ”למטה מעשרה טפחים”.
¶24לחיים לחיים.