Paragraph
Paragraph rh-pv0prtw5
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-cee8sx0d
- order
- jJ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- שוין דעם תשמח מאכן פריילעך ארום זיך די אלע אידן וואס געפינען זיך ארום זיך, און נאך מערער אפילו מאכן פריילעכער אין וועלט, וואס מ'זעט דאך אז די וועלט האלט זיך ניט נאר אין שקלן, נאר אין איין שלאגן זיך איינער מיטן צווייטן, און מ'זעט גאר ניט דערצו וואס וועט זיין דערצו די עצה, בשעת מ'כאפט זיך אבער, אז ס'איז דא א בורא עולם ומנהיגו, דער וואס האט באשאפ די וועלט, דער אויבערשטער פירט-אן מיט דער וועלט בכל שעה, בכל יעדער טאג ובכל יום תמיד, און ווי תורת הבעל שם טוב אין יעדער רגע טוט ניט אפ דער אויבערשטער זיין השגחה פון דער וועלט, נאר ער וויל אז אידן זאלן מאכן אין וועלט אלץ מערער ליכטיקייט, מיט אידישקייט, אין זייערע ד'אמות, און וויבאלד אז דאס איז א טייל פון דער גאנצער וועלט ארום זיי מאכט דאס אויך ליכטיקייט דעם חושך די ניט-ליכטיקייט וואס ס'געפינט זיך אין וועלט, כולל אויך די ניט-ליכטיקייט, דער היפך פון ליכטיקייט, ווי זי איז פארבונדן מיט גלות, און ווי דערמאנט מערערע מאל, אז א איד נעמט דעם אלע פון דער אנפירער און דער אנהויבס פון דער גאנצער בריאה, וואס דאס איז דער אויבער און שטעלט אריין אן אלף אין די אותיות פון גלות ווערט דאס דעמאלט דער ווארט גאולת אז ער איז מהפך פריער דעם אייגענעם גלות, מאכט ער דערפון א גאולה, אז דער אויבערשטער איז אים גול, לייזט אים אויס פון די אלע זאכן וואס קען אין אים חס ושלום מבלבל זיין, ער זאל ניט האבן די פילסטע מנוחת הנש ווי א גוף, און לערנען תורה מקיים זיין מצוות, און האבן נחת פון קינדער און קינדס-קינדער אין דער פוסטער מאס, דערפאר וואס ס'איז ערגעץ וואו נאך דא א ניט ליכטיקע זאך, מצד דערויף וואס ס'איז פארבונדן מיט גלות איז דארטן אויך ברענגט אריין דער איד, ובפרט נאך די עקרת הבית, די אידישע פרוי, א צוגעגעבענע ליכטיקייט, במילא מאכט דאס אויך ליכטיק, אז ס'זאל אינגאנצן פארשווינדן
- proofread
- 0