Paragraph
Paragraph rh-pt99q246
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jtzdf9vy
- order
- iH
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- צוגע וואס מ'באקומט פון דעם אויבערשטן, בסערותא דלעילא, וואס דער אויבערשטער גיט מעצמו האט מען נאך א צווייטער טייל, וואס דאס איז נאך מערער וויפל דער אויבערשטער האט געגעבן, טאקע בכחו של הקב,"ה, וואס יעדער גוטע זאך וואס א איד טוט איז דאך דער אויבערשטער אליין העלפט אים ארויס ער זאל דאס קענען טאן אין דעם בעסטן אופן און אין דעם בעסטן וועג, אדער במילא ווערט דאס דערנאך אנגערופן און דאס ווערט פאררעכנט אז דאס איז זיין אויפטו און זיין שלימות וכו.' וואס דאס אלץ וועט נאכמערער מוסיף זיין, אז אט די וואס איר האט אויסגעקליבן אלס שלוחות פון צווישן זיך, במילא איז אט דאס וואס זיי טוען אלס שלוחות ווערט דאס אויך פאררעכנט דער זכות צו יעדערן וואס האט זיי געשיקט, אז זיי זאלן אויך האבן דעם שכר פאר די פעולות וואס די שלוחות טוען, און וואס ס'ווערן געטאן דורך די השפעה פון די שלוחות אפילו אין אן ארט וואס ניט אלע געפינען זיך דארטן, כדי אויך דארטן צו מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים איז האט
- proofread
- 0