English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

21 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ס'איז דאך אויך ווי דער סדר איז, אז מ'זאל אויך מאכן א מגבית פארבונדן מיט יט' קצלו, און אויך אלס א הקדמה צו חנוכה, נוסף אויף די מגבית וואס מ'קען אויך מאכן לאחרי זה,

2ובפרט בימי חנוכה און אנהויבנדיק פון ערב חנוכה, ווי געבראכט אויך באחרונה דעם קשר פון מצות צדקה מיט עניני און תוכן פון ימי החנוכה,

3און כל הרוצה וועט אויך צוצייכענען בפיתקא בפני עצמה שמו ושם עמו כדי מיטצונעמען אויפן ציון פון נשיא דורנו דעם רבי'ן דעם שווער, דעם ממלאי מקום פון דעם בעל הגאולה פון יו טס כסלו,

4דעם אלטן רבי'ן, ולפני זה דעם ממלאי מקום וואס איז געקומען לאחרי זה פון בעל הגאולה פון יו"ס כסלו ”העשירי יהי' קודש” און דערנאך איז יו"ס כסלו, בפרט ווי אין קביעות שנה זו,

5וואס דאס איז תחילת השבוע, וואס דער חותם שלה איז דאך דער יום ראשון, דער חנוכה, וואס ער איז כולל אין זיך כל ימי חנוכה, דעמאלט האט מען געפונען דעם פך שמן, וואס ממנו הדליקו ”כל שמונת ימי חנוכה”,

6אזוי זאל אויך זיין אז יעדער איד זאל בא זיך זוכן וועט ער זיכער געפינען דעם טך וואס ער איז חתן בחתמו של כהן גדול, וואס ס'איז א זיכערע זאך אז לא נגע בו יד זר.

7און דעמאלט האט ער, און ווי ער טוט אזוי אויף בפועל, אז ער איז מדליק דערמיט, שמונה ימים, ביז ס'וועט קומען דער קנאה ”של עתיד לבוא”, וואס ער איז בן שמונה נימין, מערער ווי דער קנאו של בית המקדש קודם הגאולה עתידה, וואס איז געווען של שבעה נימין וועט מען קומען צו דעם קנאו של שמונה נימין,

8פארבונדן מיט ”שמונה נשיכי אדם”, נוסף אויף די שבעת רואים.

9און דאס איז אלץ תלוי במעשינו ועבודתינו, בשעת ס'איז דא דער ענין פון ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים ומתפלל” בציבור

10איז אט דעמאלט ווערט דער עולם עומד און דער עולם קיים, עולם ”קטן זה האדם”, וואס בשבילו ”נברא כל העולם”, דער עולם כפשוטו, אז ס'ווערט אויס 'העלם והסתר',

11און ס'ווערט דער דירה לו יתברך בתחתונים ווארום ס'ווערט בטל דער ענין פון העלם שבעולם בלייבט מערניט דער ענין הדירה שבעולם, און דאס שטייט בגלוי ”ונגלה כבוד הוי” דורך דערויף וואס א איד מאכט דאס בא זיך פריער בגלוי בשעת ער נעמט פון עניני העולם און מאכט דערפון אן ענין וואס דאס איז תשמישי קדושה,

12תשמישי מצוה, חפצא דקדושה, א מצוה אליין מיט אלע דרגות וואס אין דערויף איז דא, וואס בכללות איז דאס די ענינים פון ”כל מעשיך אבער לשם שמים”, און בכל דרכיך אבער דעהו על אחת כמה וכמה תורה ומצוות כפשוטם, על אחת כמה וכמה אז דאס ווערט פארבונדן מיט שמן,

13וואס שמן איז דאך סוף על גבי יין, ווי מבואר בארוכה אין זהר ובביאור 'אין אמרי' בינה פון דעם מיטעלען רבי'ן, אז דאס איז בדוגמא פון רזי דאורייתא יין און דערנאך איז רזי דרזי שמן סוף על גבי יין, און מ'האט דעם שמן בפרט נאך על ידי הכנה צו מבצע חנוכה,

14וואס דאס איז דאך כולל אויף צוגרייטן דעם שמן, אנהויבנדיק פון צוגרייטן דעם שמן דתורה, הפצת המעיינות חוצה, ועד"ז אין כל ענינים הכלליים שבתורה, וואס פון זיי ווערן נמשך די אלע ענינים פרטיים שבתורה, ווארום כל התורה איז דאך ”כללות ופרטות” ניתנה, אנהויבנדיק פון אחדות ישראל,

15אהבת ישראל, חינוך עצמו וזולתו, און תורה, און תפילין, און מזוזה, און צדקה, און ”בית מלא ספרים” יבנה וחכמי און נרות שבת קודש ויום טוב וואס זיי זיינען א הכנה צו נרות סיון,

16ובדוגמת זה נרות חנוכה בבית המקדש השלישי, ”הדליקו נרות בחצות קדשך”, און אויך דער ענין פון כשרות אכילה ושתי וטהרת המשפחה, ”וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם”, וואס דאס האלט נאכמערער צו אז פון דער גאולה פון דעם נשיא,

17דעם אלטן רבי'ן, נשיא חסידות חב"ד, וואס ער קומט דאך בהמשך און דער אייניקל פון נשיא פון תורת חסידות הכללית, פון בעל שם טוב, וואס יפוצו מעיינותיך חוצה האט דאך דער בעל שם טוב געהערט אין הוחלו די מלכא משיחא פון משיח'ן,

18איז בפרט דורך דעם מבצע פון יפוצו מעיינותיך חוצה צוזאמען מיט אלע מבצעים לייגן זיך צוזאמען מעשינו ועבודתינו, אנהויבנדיק ווי נוסף וואס מ'האט דאך געהאט דער ענין ווי ער האט גערעדט פריער וועגן דעם ענין פון 'תורה עבודה' וגמילות חסדים, מ'האט זיך גערעדט וועגן ענינים פון ”תפילה ובקשת רחמים” אויף אידן, ענין התפילה,

19און איצטער וועט מען אויך מסיים זיין וחותם זיין, פונקט ווי תורה איז חותם סופה כמילות חסדים מיטן ענין הצדקה וביד נדיבה זאל דאס פועל זיין גלייך, כאמור, דער עולם עומד און עולם קיים בא יעדערן אלס א פרט און א יחיד, און ס'ווערט דערנאך גלייך נמשך,

20ותיכף ומיד, בלשון הרמב אז הבטיחה תורה אז בסוף הגלות איז ישראל עושין תשובה ו ”מיד הן נגאלין” אז מיד ממש קומט די גאולה האמיתית והשלימה, והקיצו ורננו שוכני עפר והם בתוכם ובראשם, במהרה בימינו ממש.

21לחיים. סתמא וועט מען פאנאנדערטיילן די צעטלעך מיט די אלע ענינים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים