עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-pqk508p5

kind
paragraph
order
DY
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וועלט, און וואס געפינען זיך אין דער וועלט דער מדבר און דער חי און צומח און דומין וואס אין דער גאנצער וועלט גיט ער יעדערן פון זיי א באנייכטע לעבעדיקייט און א באנייכטע השפעה, א צופלוס פון געטלעכקייט, כדי זיי זאלן האבן נאכמער הצלחה אין זייער זיין, און נאכמער הצלחה הצלחה, אין זייער וואקסן, און אידישע קינדער במיוחד נאכמערער הצלחה אין זייער לערנען דעם אויבערשטנ'ס תורה, און אין דעם הידור ווי אזוי זיי זיינען מקיים מיט, ביראת שמים און מיט אהבת שמים, דעם אויבערשטנ'ס מצוות. און אויך וואס איינע פון די מצוות איז דאך, אז בשעת מ'געפינט זיך אין חודש אלול, און איין איד טרעפט א צווייטן אידן, אדער אפילו א אידיש קינד טרעפט א צווייטן אידישן קינד, נאך גאר א קליינעם דארף ער אנהויבן דעם טרעפן זיך צוזאמען דערמיט וואס ער ווינטשט אים, אז דער גאנצער ינייער יאה וואס האלט אין קומען
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions