עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

36 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1וואס דערמיט וועט מען מיט דעם אויבן-ערקלערטן ענין בשיחת הרב וועט מען פארשטיין אן ענין כללי אין תורה, וואס לכאורה איז ער תמוה ביותר.

2מיר ווייסן דאך, אז תורה איז דאך ”בראשית בשביל התורה שנקרא ראשית” אז תורה איז דאס כללות ההשתלשלות, און ווי ער זאגט אין מדרש,

3אז אזוי ווי אן אומען איז אינו ”בונה מדעת עצמו”, נאר וואס דען ער האט די פלענער, און ווי ס'שטייט אין די ”דיפתראות ופינקסאות” אזוי איז ער בונה את הבנין אט אזוי איז אויך, בשעת דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט, איז ”אסתכל באורייתא וברא עלמא” ווי ס'שטייט אין תורה.

4וויסנדיק אז תורה איז אן ענין כללי, וואס דאס איז כולל דער כל העולמות ”כולם מריש כל דרגין עד סוף כל דרגין” האט דאך לכאורה געדארפט זיין די הדגשה אין תורה,

5און פון תורה די הדגשה דערנאך אין מצוות וואס גדול תלמוד 'שמביא לידי' מעשה אויף ענינים כלליים, און אויף א ציבור, אדער אויף כללות בני ישראל.

6דאס הייסט, אז דער עיקר המצוות און דער עיקר ההדרכות און דער עיקר הלימודים האט געדארפט זיין אין ענינים כלליים, ובהנוגע צו מצוות וואס זיי זיינען תלוי אין כללות הציבור, אדער ווי די מצוות וואס זיי זיינען תלוי אין כללות בני ישראל על דרך פון די מצות תרומא וואס איז דוקא ”בשעה שכל יושביה” עלי' אין ארץ ישראל.

7דאס וואס מ'זעט אין תורה און מצוות זעט מען פונקט דעם היפך מזה, אז רוב התורה וכמעט כולה איז דאס אלץ אין ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיטן יחיד אדער מיט עטלעכע יחידים צוזאמען,

8און ס'איז מערניט ווי געציילטע מצוות און געציילטע ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט כללות בני ישראל, און א ביסל מערער, אבער אויך א סך ווייניקער ווי מצוות המסורות ליחיד איז דאס אט די מצוות המסורות לציבור.

9נאך מערער, אפילו אין די מצוות המסורות לציבור, ועל אחת כמה וכמה המסורות לכל העם כולו, ועל דרך פון די ג' מצוות כלליות, וואס ”שלוש מצוות נצתווה בכניסתן לארץ” וואס דאס איז דער מחי' זרע של עמלק און מיני מלך און בנין בית-המקדש איז דאך דאס איבערגעגעבן לכללות בני ישראל,

10איז זעט מען, אז דא זיינען מצוות וואס זיי זיינען געבונדן מיט א זמן מסויים און מיט א מקום מסויים, משא' כן אט די מצוות וואס זיי זיינען נצחיים בכל מקום ובכל זמן אויך, במעשה בפועל, תורה איז דאך א נצחי פון ”כל החלקים שלה”,

11ועל דרך זה אין מצוות וואס נעמען זיך פון תלמוד תורה, וואס זי איז א נצחית, איז דאך פארשטאנדיק, אז אלע מצוות זיינען נצחיים, דער חילוק איז, צי דאס איז א נצחי בקיום במעשה בפועל, אדער דאס איז דער נצחי אין דעם ענין רוחני שבזה.

12אבער בהנוגע למעשה בפועל איז דאך דא אין מצוות א חילוק וואס כמה וכמה מצוות וואס זיי זיינען קשור צו א זמן מיוחד און צו א מקום מסויים, איז זעט מען, אז אין די מצוות וואס זיי זיינען מקושר מיט א זמן און מקום מסויים, איז דאס ”רוב המצוות התלויות” בכללות פני ישראל,

13וכמעט כולם, ורוב ”המצוות התלויות בציבור”.

14און דער רוב המצוות וואס זיי זיינען געבליבן נצחיים אויך בעשי' בפועל, אין וואס פאר א מקום און א זמן א איד זאל זיך ניט געפינען איז דאס מצוות התלויות ביחיד.

15ועל דרך זה אויך בהנוגע צו די ענינים וואס ווערן נתבאר בתורה, איז די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט א יחיד, און על דרך זה אויך די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיטן ציבור, אבער מיט כל יחיד ויחיד שבציבור, זיינען זיי נתבאר בארוכה ובאריכות גדולה,

16ובביאור היטב, משא' כן אט די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט א ציבור אדער מיט כללות בני ישראל, אדער אט דאס וואס איז פארבונדן מיט א נשמה כללית, וואס דאס איז דער ענין פון א מלך,

17ווי ער זאגט אין אגרת הקודש, אז ער איז מוציא את כל בני ישראל אין די 'מצוות המלך', דערפאר וואס ער איז די נשמה כללית זיינען זיי נתבאר בקיצור וברמז, ביז וואנענט אז מ'זוכט און מ'מאטערט זיך אויף ארויסגעפינען ”דיני המלך ודיני המלוכה”.

18וואס לכאורה איז דאך דאס דערגאנצן דער היפך פון דעם ענין וואס תורה איז דער כללות כל הבריאה, און זי נעמט זיך געגעבן געווארן פון אחדות הפשוטה, וואס ער איז א-ל-יכול וחול למיחול.

19נאר וואס דען? דער ענין התורה איז דאך געגעבן געווארן דוקא דא למטה, צו נשמה בגופים, און ביי א נשמה בגוף איז דער סדר העבודה איז מן הקל אל הכבד, און ס'איז דאך ו”אינו מבקש אלא לפי” כוחם איז וואס מאנט זיך בא יעדער נשמה דער עבודת היחיד ועבודת הפרט.

20און דערפאר האט מען אים געגעבן אין דערויף די אלע הוראות און די אלע ידיעות, מיט די אלע פרטים וואס זיי זיינען נוגע צו עבודת הפרט.

21וואס על דרך זה אויך איז אין תורת החסידות, וואס זי איז דאך ”מגלה פנימיות התורה”, ביז אין אן אופן פון 'הבנה והשגה', און ווי דער לשון אין ראי' מהם פון יתפרנסון מיני'ס אז דאס קומט אראפ אין אזא אופן ווי אין 'הבנה והשגה',

22ביז וואנענט אז מ'קען דערפון זיך מפרנס זיין בכל עניניו ובכל הליכותיו, בכל דרכיך, איז אויך אראפגעגעבן געווארן די הוראות, ווי אזוי יעדער יחיד זאל זיך פירן בעניניו, פון דעם רגע ראשון שביומו ביז דער רגע האחרון שבמשך כל ימי חייו,

23די הוראות בהנוגע להנהגות הציבור, הוראות בהנוגע לכללות בני ישראל, הוראות המלך והמלוכה, דארפן זוכן אין רמזים און מאטערן זיך וכו' וכו.'

24וואס אט דאס איז אויך א הארה און א תוספת אור אין דער הוראה כללית וואס דער רבי דער שווער, האט איבערגעגעבן ווי אזוי דער אלטער רבי האט איינגעשטעלט די עבודה פאר זיך, און האט דאס דערנאך אפגעגעבן לכל ההולכים בעקבותיו,

25און ווי ער האט מוסיף געווען בזה, אז דאס איז א שייכות ”לכל אחד ואחד” מבני ישראל, אז די הנהגה איז די הנהגה ווי אנגעוויזן אין תורתינו, וואס זי איז טאקע א תורה אחת וואס זי איז כולל כל בני ישראל,

26ניט נאר אלס יחידים, און ניט נאר אלס א כיבוש של יחידים ופרטים, נאר ווי א קומה שלימה אחת ווי א כללות פון א ”גוי אחד בארץ”, אבער די עבודה איז וואס ס'דארף געטאן ווערן און וואס ס'מאנט זיך דאס דער עבודת הפרט אים הפרט.

27און אין דערויף איז דער סדר אויך אין דעם אופן, אז מ'הויבט אן ניט קוקן אויף אים בכללות און זוכן די חסרונות, נאר מ'פרעגט זיך נאך אין וואס קען מען מיט אים מוטיף זיין דער ”דורש טוב”, און דערנאך דער 'עין יפה', און דערנאך דער לימוד זכות.

28וואס דאס איז מכריע דעם ”כל האדם כולו” מיט וועלכן ער ארבעט.

29און מ'זאגט, אז דאס איז דער סדר ואופן ווי אזוי מ'קען זיך מוסר-נפש זיין פאר 'כלל ישראל', וואס דער גאולת הכלל שטעלט זיך צוזאמען פון גאולת הפרטים אין דעם גלות, אין דעם מצריקן.

30וואס אט דאס איז אויך וואס דער רבי זאגט, דער בעל השמחה, זאגט דאך אין אגרת הקודש בהנוגע צו דעם ענין הגאולה, אז ס'איז דא דער משיח וואס בא בהס איז דאס דא בא יעדערן בעבודתו הפרטית, וביחוד בזמן התפילה, וואס דעמאלט איז פנימיות הנפש שלו איז זי יוצא מן הגלות לגאולה,

31און דערנאך איז ער מסיים, אז דאס איז די גאולה פרטית, און אט דאס וועט סוף-כל-סוף צוברענגען צו דער גאולה הכללית דער ”פדה בשלום נפשו”, דער נפש וואס דאס גייט אויף כללות נפש בני ישראל, ביז דעם נפש שלמעלה, די ספירת המלכות, כנסת ישראל.

32וואס אט דאס איז אויך וואס מ'מאנט דאך בא יעדערן דעם ענין פון הפצת המעיינות חוצה, וואס לכאורה איז דאך דאס אן עבודה פרטית, וואס מ'מאנט פון אים אז ער זאל גיין און מפיץ זיין אין אן אופן פון חוצה איז דאך לכאורה איז דאך בעסער ער זאל זיצן בא זיך אין ד' אמות, און דארטן מאחד זיין יחודים, און מכוון זיין אז ער איז דערמיט מוציא כלל כל ישראל,

33וועט ער דאך קענען זיך אויפטאן פאר כללות ישראל מיט זאגט מען, אז דאס איז די הוראה פון דער תורה, אז זי איז געגעבן געווארן אנכי הוי' אלקיך 'לשון יחיד' ”לכל יחיד ויחיד”,

34ורובה ככולו באשטייט זי פון הוראות ליחידים אין ענינים פרטיים ומפורטים, און דורך דעם אופן קומט מען דערנאך ”לעיני כל ישראל”, אז מ'איז מסיים ומ יחד און חותם כל ישראל אין כללות בני ישראל,

35וואס אט דעמאלט איז מען מכריע דעם כל הענין און מ'ברענגט אראפ די נשמה כללית פון משיח צדקנו, שיבוא ויגאלנו בקרוב ממש.

36לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions