transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1דאס אודיעא האט ביין רעסטאורעד ביי דזשעם.
¶2ווי ס'פירט
¶3זיך ביי אידן, ווען מ'טרעפט זיך צוזאמען הויבט מען אן צום אלעם ערשטן מיט זאגן שלום עליכם, און די אלע וואס מ'טרעפן זיך ענטפערן גלייך אויף דערויף 'עליכם שלום', וואס דאס איז דאך אן אור אלטער מנהג פון הונדערטער און טויזנטער יארן ביי אידן,
¶4איז דאך פארשטאנדיק אויף וויפל דאס איז איינגעווארטלט בא יעדער אידן, אן קיין אונטערשיד ווי ער איז אין פארשידענע צושטאנדן, אין פרנסה אדער אין לערנען אדער אין וויסן און אנדערע זאכן איז דאס איז אנגענומען בא יעדערן, וואס דאס אונטערשטרייכט אויף וויפל אידן האלטן טייער די זאך פון שלום,
¶5און צוזאמען, אז בשעת מ'טרעפט זיך, איז נאך איידער וואס מ'רעדט וועגן וואס פאר א זאך ס'זאל ניט זיין, ווי וויכטיק ס'זאל ניט זיין, הויבט מען אן גלייך צו אנזאגן, אז מ'זאל וויסן זיין, אז וויבאלד אז מ'געהערט צום אידישן פאלק, איז בא זיך טייער שלום, און אויך ער זאגט עליכם אויף די אלע מיט וועלכע ער טרעפט זיך,
¶6גיט ער זיי אויך אן ערמוטיגונג, אז זיי זאלן אויך טאן אז ס'זאל זיין שלום בא זיך, און שלום מיט דער משפחה, און שלום מיט דעם גאנצן אידישן פאלק, וואס דאס ברענגט אויך אז ס'זאל זיין שלום צווישן אנדערע פעלקער צו אידן, בשעת פעלקער זעען אז אידן צווישן זיך האלטן זיך אלע צוזאמען,
¶7און מיט שלום, ניט קוקנדיק אויף דער אונטערשייד וואס ס'איז דא צווישן זיי, ווי דערמאנט פריער סיי אין וויסן און סיי אין לערנען און סיי אין פרנסה,
¶8איז ניט קוקנדיק אויף דעם אלעם האלטן זיי זיך אלע צוזאמען רופט דאס ארויס דעם גרעסטן כבוד און דעם ווילן אויף ארויסהעלפן אידן אז זיי זאלן זיך קענען פירן ווי אידן, מיט אידישקייט אין טאג-טעגלעכן לעבן, און זיכער אויף ניט וועלן שווערער מאכן אידן בכלל,
¶9און אין א אידישקייט אין זייער טאג-טעגלעכן לעבן במיוחד.
¶10וואס אידישקייט ביי א אידן איז דאך דאס דא אין טאג-טעגלעכן לעבן ווי ס'איז דאך אויך אנגענומען בא יעדער אידן און בא אלע אידן, אז ווי ער זאל זיך ניט פירן במשך פון דעם טאג,
¶11הויבן אלע אן דעם טאג אויפן זעלבן אופן מיטן זעלבן זאגן פון ”מודה אני לפניך מלך חי וקיים שהחזרת בי נשמתי” אז מ'אנערקענט און מ'נעמט אויף זיך אז דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט, און האט באשאפן יעדער מענטשן,
¶12און פירט מיט אים אן אין טאג-טעגלעכן לעבן, אנהויבנדיק פון דעם ערשטן רגע, פון דעם ערשטן מאמענט פון דעם לעבן, גיט ער אים אן אפגעפרישטע נשמה, ער זאל קענען האבן אן אפגעפרישטן טאג, איז דא אבער אין די טעג פון יאר,
¶13טעג וואס זיי זיינען אויסגעטיילט מיט ספעציעלע מנהגים און ספעציעלע פירונגען און ספעציעלע דינים, מצד דערויף וואס דאס איז א טאג אויסגעטיילט פון די אנדערע טעג פון דעם יאר.
¶14און ס'איז דאך אויך זעלבסט-פארשטענדלעך, אז וויבאלד אז ער איז אויסגעטיילט אין וואס פאר א זאך ס'זאל ניט זיין מוז דאס זיין אויסגעטיילט, צום אלעם ערשטן, אין דער וויכטיקסטער זאך וואס ס'איז דא בא אידן, וואס דאס איז דאך אידישקייט אין א ענין פון אידישקייט פון תורה ומצוות.
¶15און וויבאלד אז תורה איז דאך אויך פון לשון ההוראה אן אנווייזונג, איז די אויסגעטיילטקייט פון דעם טאג אין א מנהג אדער אין א דין באווייזט דאס אויך די אויסגעטיילטקייט פאר דעם ספעציעלן סוג,
¶16פאר דעם ספעציעלן חוק פון אידן וואס טרעפן זיך צוזאמען, אז אויך זיי האבן אלס א באזונדער אויסגעטיילטע גרופע א הוראה און אן אנווייזונג פון דעם טאג פאר זיי במיוחד.
¶17און מ'האט זיי אויך געגעבן די הייליקע שליחות, אז די לערנונג וואס צום אלעם ערשטן גיט מען דאס זיי זאלן זיי דאס איבערגעבן צו יעדער אידן און אלע אידן ארום זיך.
¶18און ווי אלע זאכן פון אידישקייט דארף מען דאך דאס אויך טאן 'בשמחה ובטוב' לבב, מיט א פריילעכקייט און מיט א שטארקייט און מיט א לעבעדיקייט, וואס מ'האט זוכה געווען און מ'האט א שליחות פון דעם אויבערשטן אויף אליין מקיים זיין א מצוה, און אויך באווייזן א וועג פאר נאך א אידן,
¶19און נאך צוויי אידן, און נאך מערערע אידן, אז זיי זאלן אויך אזוי טאן.
¶20וויבאלד אז מיר האבן זיך צוזאמענגעקליבן אין די טעג פון חנוכה, איז דאך פארשטאנדיק, אז צום אלעם ערשטן דארף מען זיך אפשטעלן אויף די דינים ומנהגים פון חנוכה,
¶21וואס איז אין דערויף דא אן אפלערנונג און אן אנווייזונג און א תורה פאר די אידן וואס האבן זיך צוזאמענגעקליבן, במיוחד אין דעם צוזאמענקונפט, און וואס איז זייער שליחות אויף איבערגעבן דאס די אידן ארום זיך, און דערנאך וועט דאס אויך אנקומען די שליחות צו דער גאנצער וועלט ארום זיך.
¶22ווי מ'זעט אויך מיט פליישיקע אויגן, איז דאך איינע פון די אויסגעטיילטקייט פון חנוכה טעג איז דאס די זאך וואס מ'צינדט אן חנוכה ליכטלאך,
¶23און מ'צינדט אן אין אן אופן אז היינט האט מען אנגעצונדן דריי ליכטלאך, און מ'ווייס אז דער אויבערשטער וועט זיכער געבן לאנגע יארן,
¶24וועט מען האבן דעם זכות אויף אנצונגן מארגן אויך ליכטלאך וועט מען צוגעבן נאך מער ווי דריי, פיר ליכטלאך, פונקט אזוי ווי מ'האט צוגעגעבן היינטיקן טאג לגבי דעם פריערדיקן טאג, וואס נעכטן האט מען אנגעצונגען אינגאנצן צוויי ליכטלאך, און מ'האט דערמיט מקיים געווען די מצוה ווי מ'דארף איר מקיים זיין,
¶25און היינט, כדי צו מקיים זיין די מצוה ווי דער אויבערשטער וויל דארף מען אנצונדן דוקא דריי לכלך.
¶26וואס אין דערויף איז דא א גאר וויכטיקע אפלערנונג פאר יעדער אידן, און אויך פאר די אידן וואס האבן זיך דא צוזאמענגעקליבן.
¶27ובהקדמה דערמאנען נאכאמאל, אז בנוגע צו די ספעציעלע דינים פון חנוכה איז אונטערשטראכן געווארן מערערע מאל אין תורה, אז מ'זאל וויסן זיין אויך נשים, אז פרויען מיט מענער,
¶28זיינען גלייך אין מקיים זיין די מצוות און די ענינים פון חנוכה, ס'איז דאך דא זאכן אין וועלכע מערניט ווי מענער זיינען מחוייב, ווי צום ביישפיל לייגן תפילין, ס'איז דא זאכן וואס בעיקר זיינען גאר מחוייב מערניט ווי פרויען, ווי אנצינדן פרייטאג שבת ליכט, און אזוי אויך ערב יום-טוב.
¶29בשעת ס'קומט צו נרות חנוכה צו אנצינדן די ליכטלאך וואס מאכן ליכטיק חנוכה אונטערשטרייכט מען, אז דאס איז ניט ווי נרות שבת, ווי די שבת'דיקע ליכט אדער יום-טוב'דיקע ליכט, נאר אין דערויף זיינען גלייך מענער און פרויען,
¶30און נאכמערער פרויען האבן גאר געהאט א ניכר איינטייל אין די ניסן פון חנוכה ווי דערציילט אין די ערטער אין תורה וואו ס'רעדט זיך ווי אזוי דער נס האט געטראפן, אז די פרויען האבן גאר געהאט א גאר וויכטיקע ראלה אין מערערע זאכן נאך מערער ווי מערער.
¶31וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק אז די אפלערנונג וואס מ'לערנט אפ פון חנוכה ליכטלאך איז דאס אן אפלערנונג צוגלייך סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען,
¶32און נאך דא אויף פארשידענע געלעגנהייטן, וואס פרויען קענען אין דערויף אויפטאן נאך מערער ווי מענער טוען אויף.
¶33וואס לערנט מען אפ דערמיט, וואס יעדער טאג גיט מען צו נאך א ליכטל, ווארום ס'איז דא אזוינע נארישע מענטשן וואס קומען צוגיין צו א אידן וואס ער איז שוין א יאר נאך בר-מצוה, און זאגן אים הער זיך איין, אזוי ווי א יאר צייט, אז דו האסט שוין געלערנט תורה און מקיים געווען מצוות,
¶34במילא האסטו דאך איצטער צייט אויף אפרוען זיך, און נאך דעם אפרואו וואס דו וועסט נעמען א יארס צייט אויף אפרואו וועסטו נאכאמאל אנהויבן טאן אידישקייט און טאן אידישע זאכן.
¶35על דרך זה איז אויך נהרישע מענטשן וואס קומען צוגיין צו א אידן, וואס ער האט ווייסע האר, און זאגן אים הער זיך איין, האסט אפגעלעבט זייער א גוטן און א שיינעם און א אידישן לעבן,
¶36און האסט געטאן אזויפיל גוטע שיינע און אידישע זאכן, איז וואס דארפסטו ווייטער הארעווען און פארשפרייטן אידישקייט און מקיים-זיין אלע מצוות רוף זיך אפ אביסל, ביסט אן עלטערער מענטש, אן עלטערע פרוי, זאלן דאס טאן אנדערע פאר דיר,
¶37און בשעת דו וועסט זיך אפרוען א טאג אדער א וואך אדער א חודש אדער א יאר וועסט דאך נאכאמאל אנהויבן טאן גוטע זאכן.
¶38צוגיין חנוכה און זאגט יעדער אידן, אז דאס איז פונקט פארקערט, אז אויב דו ביסט געווארן עלטער מיט איין טאג, איז גענוג אז דו זאלסט צוגעבן מערניט ווי איין ליכטול, אויב דו ביסט געווארן עלטער מיט צוויי טעג,
¶39איז ניט די זאך איז, אז ס'זאלסט זיך אפרוען און מפסיק זיין, חס ושלום, פון מאכן ליכטיק ארום זיך נאר אדרבא דאס גופא איז א ראיה, אז דו האסט זוכה געווען אויף צו זיין א שליח פון דעם אויבערשטן מאכן ליכטיק ארום זיך מיט נר מצוה מיט אידישקייט טארסט ניט דורכלאזן קיין איין טאג!
¶40און דוקא דו, וואס דו האסט נעכטן שוין אנגעצונדן צוויי ליכטלאך גיט דיר דער אויבערשטער די שליחות, אז היינט זאלסטו אנצינדן דריי ליכטלאך, און זאלסט גלייך וויסן, אז דאס איז ניט דער זאך אז דערנאך האסטו דערמיט יוצא געווען פאר זיך דער אויבערשטער גיט דיר נאך טעג און נאך יארן, און נאך כחות,
¶41אז דו זאלסט קענען מאכן ליכטיקער ארום זיך, ניט נאר מיט דריי ליכטלעך, נאר מיט פיר ליכטלעך, און דערנאך פינף ליכטלעך, און אזוי וואס עלטער דו ווערסט גיט דיר דער אויבערשטער מער כחות און מער געלעגנהייטן אויף מאכן ליכטיק אין דער גאנצער הויז וואו דו צינדסט אן דיין אידישקייט, און דורך דערויף ביים גאנצן אידישן פאלק,
¶42און דורך דערויף באווייזטו די אלע פעלקער פון דער וועלט, אז בשעת ס'רעדט זיך וועגן א אידן וואס איז געווען בר-מצוה אדער בת-מצוה פאראיארן ווערט מען ניט פארמאטערט חס ושלום פון טאן גוטע זאכן און פון טאן ליכטיקע זאכן, נאר פונקט פארקערט, וואס עלטער מ'ווערט מאכט מען אלץ מער ליכטיקער,
¶43ארום זיך, און אלץ מער אידישער ארום זיך, און דאס גיט נאכמערער צו אין דעם אויבערשטן'ס ברכות, אז מ'זאל אנצינדן די אידישקייט בא יעדער אידן מיט וועלכן מ'טרעפט זיך, אז אויך זיי זאלן זיך אזוי פירן,
¶44און אז ס'קומט צוגיין איינער און זאגט הער זיך איין, רוא זיך אפ ענטפערט ער אים, נאר איינער, איך דארף זיך אפרוען, איך האב א שליחות פון דעם אויבערשטן אויף מאכן ליכטיק ארום זיך.
¶45און פונקט אזוי ווי דער אויבערשטער ווערט ניט פארמאטערט חס ושלום, איז בשעת מ'גייט אין דעם אויבערשטנ'ס שליחות, איז ניט נאר מ'קען אנציגן די זעלבע צאל ליכטלאך און ברענגען די זעלבע מאס פון ליכטיקייט ווי מ'האט דאס געטאן היינט אויך מארגן, נאר פונקט פארקערט מ'האלט אין איין וואקסן,
¶46אז בשעת מ'ווערט עלטער מיט א טאג גיט מען צו נאך א ליכטיל און נאך א ליכטיל, און זעלבסט-פארשטענדלעך, אז מ'ווערט עלטער מיט א יאר, אדער מיט עטלעכע יאר, גיט מען צו גאר שלא בערך, אונגעהוי' מערער, אין אידישקייט, און טאן אין גוטסקייט, און טאן אין זאכן וואס מאכן ליכטיק די וועלט,
¶47און כולל אויך ניט נאר צווישן אידן, נאר דורך אידן ברענגען ליכטיקייט אויך אין דער וועלט ארום זיך, און טאן די אלע זאכן, ווי דערמאנט פריער,
¶48אז מ'הויבט אן מיט א ברכה, אז מ'דאנקט אפ דעם אויבערשטן, וואס דער אויבערשטער האט אונז אויסגעקליבן, אז מ'זאל טאן אין אידישע זאכן און אין ליכטיקע זאכן, און מאכן ליכטיק אין א שול, אבער דערנאך אז מ'קומט צוגיין צו זיך וואו מ'געפינט זיך צינדט מען דארט אויך אן ליכטלאך, און מ'מאכט אויך דארטן ליכטיק,
¶49און מ'באגנוגנט זיך ניט מיט די צאל ליכטלאך וואס מ'האט אנגעצונדן מיט א טאג פריער, נאר מ'גיט-צו נאכמערער, מיטן פעסטן באשלוס, אז דער אויבערשטער וועט געבן שחזרת בי נשמתי מארגן אינדערפרי וועט מען אנצונדן מיט נאך א ליכטל און מיט נאך א ליכטל, און ווי דערמאנט פריער,
¶50דאס איז די זעלבע שליחות געגעבן געווארן סיי מענער און סיי פרויען, און געגעבן געווארן, ווי געזאגט, אז בשעת מ'צינדט אן אין א שול צינדט מען דאס אן אין אן אופן,
¶51אז אלע וואס געפינען זיך אין דער שול האבן די זעלבע הנאה און די זעלבע מאס ליכטיקייט, כאטש אפילו די מנורה איז אנגעצונדן געווארן דורך איין אידן,
¶52האט ער דאס אבער געמאכט אין אזא אופן, ער האט דאס אוועקגעשטעלט אויף א הויכן ארט, אז דאס זאל געזען ווערן און ליכטיק מאכן אלע אידן וואס געפינען זיך אין שול, און דאס גיט זיי נאכמער כוחות, אז זיי קומען דערנאך צו זיך צינדט מען אן אויך בא זיך א חנוכה לאנג, מיט א ליכטיק מערער ווי מיט א טאג פריער,
¶53ווארום דער אויבערשטער האט געגעבן יארן און געמאכט עלטער, און מאכט ליכטיק אויך אין אן אופן אז מדורכן פענסטער זאל מען דאס אויך זען אויפן גאס, ”על פתח ביתו מבחוץ”.
¶54און דורך דערויף וואס מ'איז מקיים די ספעציעלע שליחות פון דעם אויבערשטן, וואס ווי דערמאנט פריער, האט דאס א ספעציעלע אפלערנונג, פאר מענטשן וואס זיינען שוין נאך בר-מצוה אדער בת-מצוה,
¶55אדער זיי זיינען שוין אלט מער ווי פופציג יאר ביז הונדערט און צוואנציג יאר אויף יעדער טאג צוגעבן נאכמערער אין אידישקייט און אין ליכטיקייט ארום זיך,
¶56ניט באגנוגענען זיך וואס ער אליין פירט א אידישן לעבן, מאכט ער אויך ליכטיק ארום זיך, און בשעת ער פרעגט די שאלה אדער דער יצר קומט צו אים צוגיין און ווארפט אים אריין א ספק, הער זיך איין, ביסט דאך ניט אזוי שטארק ווי דו ביסט געווען מיט צען יאר צוריק, ענטפערט מען אים גלייך תורה,
¶57אז דאס איז א שליחות וואס דער אויבערשטער אליין גיט יעדער אידן.
¶58און פונקט אזוי ווי דער אויבערשטער ווערט ניט פארמאטערט חס ושלום פון צו געבן אידן די ברכות אויף זיין געזונט און פריילעך, און פירן א אידישן לעבן, און האבן אמת'ן נחת, וואס דאס איז אידישער נחת, פון קינדער און קינדס-קינדער, כולל אויך איינגשלאסן, וואס ער גיט זיי חנוכה געלט, די אייניקלייך אדער אור-אייניקלייך,
¶59עאכו כמה צו די קינדער, אויב דו נעמסט נאר אן אויף זיך זיין דעם אויבערשטנ'ס א שליח איז א זיכערע זאך, אז דו וועסט קענען מאכן ליכטיק ארום זיך, ווארום דער אויבערשטער גיט דיר כח אויף דעם,
¶60און דורך דעם גיט ער דיר אויך כח, זאלסט קענען דורכגיין דעם גאנצן לעבן ביז הונדערט און צוואנציק יאר אין אן אידישן אופן און אין א פריילעכן אופן,
¶61און אין אן אופן פון מאכן ליכטיק ארום זיך, ביז וואנענט מ'וועט זוכה זיין בקרוב אז די גאנצע וועלט וועט ווערן ליכטיק, דורך משיח'ס קומען,
¶62וואס וועט ארויסנעמען יעדער אידן און אלע אידן פון גלות, און וועט אונז פירן אלע צוזאמען מיט אלע אידן פון דער גאנצער וועלט, בארצנו הקדושה, אין אונזער הייליקער לאנד, אויף מאכן דארטן ליכטיק אין בית המקדש, דורך אנצינגן די מנורה אין בית המקדש.
¶63וואס דאס איז אויך די פארבינדונג מיט דעם חלק אין תורה וואס מ'לייענט היינטיקן טאג, וואס דארטן ווערט דערציילט, אז ווען יעקב האט געשיקט זיינע קינדער אלס שלוחים אין ארץ מצרים, וואס דאס איז געווען גלות,
¶64אז זיי זאלן דארטן איינקויפן שפייז אויף קענען האבן וואס צו עסן, אפילו ווען אין דער וועלט איז א הונגער האט ער זיי געזאגט, אז קול ”שאדע יתן לכם רחמים” און ווי רש"י טייטשט אפ,
¶65אז יעקב האט אנגעזאגט זיינע קינדער דעמאלט, וואס דאס ווערט אן אנזאג פון אונזערע אבות, פון יעקב'ן און פון אלע אבות, צו יעדער איד, סיי אלט און סיי יונג און סיי מאן און סיי פרוי,
¶66אז בשעת זיי גייען אין שליחות פון דעם אויבערשטן אין מצרים זייענדיק אין גלות די כוונה זייערע איז אויף געפינען שפייז ווי אזוי אידן זאלן קענען האבן א רואיקן לעבן און א געזונטן לעבן און א אידישן לעבן,
¶67סיי בגשמיות, דורך פרנסה אין איינפאכן זין, סיי ברוחניות, דורך א געזונטן נשמה-לעבן, דורך א געזונטן אידישן לעבן איז א זיכערע זאך, אז קול שעדי אז דער אויבערשטער, וואס ער ווערט אנגערופן דער אלמעכטיקער, וועט ער געבן רחמים אלץ וואס ס'נויטיקט זיך,
¶68אז די בא וועלכע מ'געפינט זיך אין זייער לאנד, צי דאס איז יונייטעד סטעיט וואו מ'האט דעם פרעזידענט, אדער אין אן אנדער מדינה וואס ס'האט זייער פרעזידענט, וועט מען האבן רחמים אז די וואס פירן אן מיט דער לאנד וועלן ארויסהעלפן אז מ'זאל האבן דעם שפייז פאר זיך, און דעם שפייז פאר דער משפחה,
¶69און די שפייז אפילו פאר אידן וואס געפינען זיך אין ווייטע לענדער, ביז ווי ס'איז דעמאלט געווען אין ארץ ישראל.
¶70פון וועמען באקומט מען אט די ברכה?
¶71באקומט מען דאס פון דעם פאטער און פון דעם זיידן און פון דעם באבן און פון דער מוטער, אז זיי גיבן די כוחות צו זייערע קינדער און אייניקלאך און אור-אייניקלאך, אז זיי זאלן זיך ניט שרעקן וואס מ'גייט און מ'געפינט זיך אין גלות, און מ'דארף זיך משתדל זיין,
¶72טאן פארשידענע אנשטרענגונגען כדי צו באקומען די שפייז, די גשמיות'דיקע, דורך מסחר אדער אין אן אנדער אופן, און אזוי אויך בהנוגע צו דער רוחניות'דיקער שפייז, צו דער נשמות שפייז, האט מען די הבטחה,
¶73אז דער אויבערשטער גיט זיכער דעם חן און דעם גנד און די רחמים בא די אלע וואס קענען ארויסהעלפן, צי דאס איז די וואס זיצן אין דער קאפיטל פון סטעיט אדער די וואס זיצן אין איר הבירה, אין דער הויפטשטאט פון דער גאנצער מדינה, אז זיי זאלן ארויסהעלפן יעדער מענטשן, ובפרט נאך יעדער אידן,
¶74מאן אדער פרוי, אלט אדער יונג, אז זיי זאלן קענען האבן שפייז פאר זיך גשמיות'דיקע און רוחניות'דיקע, און שפייז פאר דער משפחה,
¶75און שפייז פאר די אלע וואס געפינען זיך ארום זיי, דורך דעם וואס זיי באווייזן א לעבעדיקן ביישפיל, אז א איד האט דעם שטארקן בטחון אין ”קול שדה אין” דעם אויבערשטן,
¶76און בשעת ער טרעפט זיך מיט א ניט-אידן, און דער ניט-איד דערזעט אויף אים אז ס'איז אינגאנצן ניט ניכר אז ער איז בא זיך אראפגעפאלן וואס ער געפינט זיך אין גלות, און נאך מערער ער ווייס אז ער האט א הייליקע שליחות פון דעם אויבערשטן,
¶77וואס ער פירט-אן מיט דער גאנצער וועלט אויף מאכן מיט דער ליכטיקייט פון אידישקייט, צוזאמען מיט די מצוות וואס זיי זיינען פארבונדן אויך מיט ניט-אידן, אז מ'זאל אפהיטן די מצוה פון צדקה געבן שפייז די אלע וואס נויטיקן זיך אין דעם,
¶78אפהיטן די מצוה אויף ניט מאכן איין א צווייטן מענטשן, נאר ארויסהעלפן אים און אנהויבן דאס אלעס, דורך דערויף וואס מ'באגרינדעט דאס אויף אמונה אויף אמת'ן גלויבן אין דעם אויבערשטן,
¶79וואס ער האט אונז אנגעזאגט אויף די אלע זאכן, און האט אונז געגעבן די כחות, אז דאס אלץ זאל מען קענען דורכפירן אויפן בעסטן אופן און אין א געזונטן אופן און אין א פריילעכן אופן,
¶80און אלץ מערער צוגעבן אין מקיים זיין די אלע זאכן אט דעמאלט האט מען נאך חן און רחמים און מ'טוט מיט הצלחה אין די אלע זאכן, נאך מערער ווי מ'האט געטאן מיט א טאג פריער אדער מיט צוויי טעג פריער, ווי דערמאנט פריער, ווי מ'זעט דעם ביישפיל אין דער מנורה,
¶81אז היינט האט מען אנגעצונדן דריי ליכטלעך, כאטש אפילו מיט א טאג פריער איז געווען מערניט ווי צוויי, און מיט צוויי טעג פריער איז געווען איינע, און מ'האט שוין די זיכערקייט, אז דער אויבערשטער וועט בענטשן מיט לאנגע גוטע יארן, און מ'וועט מארגן אנצי ן מיט נאך א ליכטלע מערער, און אזוי אויך איבער א יאר,
¶82וועט נאכאמאל איבער'חזר'ן די מצוה פון חנוכה און די אנדערע מצוות פון חנוכה, און טאן דאס אויך אין דעם אופן ווי דערמאנט פריער, אז ניט ווי די נערנים זאגן, אז בשעת מ'ווערט עלטער מיט א יאר ווערט מען שוואכער מיט א יאר חס ושלום, נאר אדרבא, אז מ'ווערט עלטער מיט א יאר ווערט מען קליגער מיט א יאר,
¶83אז מ'וועלט קליגער ווערט מען אויך מער אידישער און מ'ווערט אויך פרימער, און מ'באקומט אויך מערער ברכות פון דעם אויבערשטן, מידו ”המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה” פון זיין אפענע האנט און פון זיין הייליקע האנט און פון זיין פולער האנט אין אלעמען וואס מ'נויטיקט זיך,
¶84און דערנאך נעמט מען מיט אט די אנווייזונג און אפלערנונג פון די טעג פון חנוכה אויך אין די טעג וואס קומען דערנאך דעם גאנצן יאר, אז ס'זאל זיין א ליכטיקער יאר פאר זיך,
¶85און א ליכטיקער יאר בשעת מ'טרעפט זיך טאג-טעגליך אין שול צום דאוונען אדער צום לערנען, און א ליכטיקער יאר בשעת מ'טרעפט זיך מיט א צווייטן אידן, אדער מיט מערערע אידן, ווי דערמאנט פריער,
¶86אז מ'הויבט גלייך אן, אז ס'איז א זיכערע זאך אז מ'האט שלום עליכם, און אויך אז דער איד ווערט גלייך ליכטיק אנגעצונדן זיין אידישע פינטעלע, זיין אידישע נשמה, און ער ענטפערט גלייך 'עליכם שלום',
¶87וואס דורך דערויף קלייבט מען צוזאמען אלע אידן צוזאמען אין א ”קהל גדול”, אין אן אופן פון שלום, אין אן איין און איינציקן חלק, וואס דאס ברענגט ”כולנו כאחד” אז מ'איז אלע צוזאמען ברענגט מען גלייך די ברכנו אבינו אז דער אויבערשטער, אבינו שבשמים, בענטשט יעדערן און יעדערן אלע מן וואס מ'נויטיקט זיך,
¶88אין גוטן געזונט און אין גוטן פרנסה, און אין גוטן אמת'ן אידישן נחת פון קינדער און קינדס-קינדער, און אויך אין א וועג אויף צוגעבן אלץ מערער און מערער אין די אלע זאכן, און אין אן אופן פון ליכטיק מאכן בא זיך און ליכטיק מאכן ארום זיך.
¶89וואס דערפאר וועט מען אויך פארענדיקן דעם צוזאמענטרעפן זיך, דורך דערויף וואס מ'וועט געבן יעדערן פון אייך א שליחות מצוה א דאלאר אויף אפצוגעבן דאס אויף צדקה, אין וועלכע צדקה איר ווילט.
¶90די וואס וועלן וועלן צוגעבן פון זיך וועט זיכער דער אויבערשטער צוגעבן אויך אין זיינע ברכות, און מ'זאל האבן א ליכטיקן חנוכה דעם יאר, און א ליכטיקן יאר דעם גאנצן יאר,
¶91און גאר בקרוב וועט ווערן ליכטיק מיט דער אמת'ער ליכטיקייט, אז ס'וועט זיין דער קומא אוריך תובא אוריך אז ס'ווערט ליכטיק מיט דער ליכטיקייט פון דער גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו, וואס ער וועט נעמען יעדערן פון אונז פארן האנט, סיי מערער און סיי פרויען,
¶92און מיר וועלן גיין אלע צוזאמען, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו יונגו, צוזאמען מיט אלטע, און ס'וועט בטל ווערן די נארישקייט וואס מ'זאגט אז ס'איז דא גוי-פאר גענעריישאן אז צווישן יונגו און אלטער דארף מען מאכן א חילוק, זיי געהערן אלע צום זעלבן אידישן פאלק.
¶93און זיי זיינען אלע געווען צוזאמען בא מתן-תורה, און זיי האבן אלע די זעלבע תורה, תורה אחת און האבן אלע צוזאמען דעם זעלבן בית-המקדש, שיבנה במהרה בימינו ממש, גאר אינגיכן און טאקע ממש.
¶94וואס דערפאר וועט מען אויך איצטער מסיים זיין מיט א ניגון, אויף די ווערטער שיבנה בית המקדש און דערנאך אויך טיילן די צדקה, ווי דערמאנט פריער.
¶95און יהי רצון, אז דער אויבערשטער זאל מצליח זיין, אז אידן זאלן זיך טרעפן צווישן זיך מתוך שמחה וטוב לבב אין גוטע אומשטענדן און אין פריילעכע אומשטענדן און אין אידישע אומשטענדן, ביז מ'וועט בקרוב ממש זוכה זיין אז מ'וועט זיך טרעפן אלע צוזאמען אויף דער וועג גייענדיק, ווי דערמאנט פריער,
¶96אלע צוזאמען אין ארצנו הקדושה, אין אונזער הייליקער לאנד, ”ארץ, אשר” ”תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה”, און דארטן גיין אלע צוזאמען, אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן אלע צוזאמען גיין אויף הר הבית,
¶97אין דעם ”בית המקדש, שיבנה במהרה בימינו” ממש, און דארטן זען ווי אזוי אהרן הכהן גדול צינדט אן די מנורה ב”בית המקדש, במהרה בימינו” ממש.
¶98”יהי רצא רצון” מפניך ”אשר הוקה בן” הוקה הוי' תנו.
¶99יסי, דאס דאלערס יו ער רעסייבינג, יו קודט קייפ דעם ווען עקשטשיינדזש יו' שו עט געפט צדקה אינסטעד דיסט וועל יו קייפ יו סעלף, געווען אדער דאלער, אר מהר צדקה לעזר, וואס דאס יו קייפ.