transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1מ'האט שוין גערעדט מער בארוכה בנוגע צו דעם קשר פון דעם ענין פון צדקה אין די טעג במיוחד, ובפרט נאך אז מ'שטייט דאך אין ערב שבת קודש, וואס דעמאלט איז דאך א זמן מיוחד לצדקה, וואס ס'דארף דאך זיין דער ענין פון ארויסהעלפן יעדער אידן און זיך אליין בכלל, אז ס'זאל זיין דער ענין פון עונג שבת, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט הוצאות מיוחדות אויף בשר שמן ויין ישן, וכמדובר כמה פעמים, נוסף אויף דעם עונג שבת דורך לבושי שבת, וואס איז דאך אויך פארבונדן מיט הוצאות בכסף ממש, על דרך זה אויך די ענינים ווי זיי זיינען ברוחניות, און יהי רצון, אז פון די רוחניות זאלן נאכמער נמשך ווערן אין גשמיות, און פון די גשמיות זאלן נאכמער נמשך ווערן ברוחניות, און בפרט נאך אז מ'שטייט זיך בסמיכות ממש צו דעם זמן אז ס'וועט בטל ווערן די מחיצה צווישן רוחניות און גשמיות, ביז והיו אבניך רואות את מוריך ולא יכנף עוד מוריך, ווי תיכף ומיד ממש, און דער ענין הצדקה וועט נאכמער מזרז זיין און מקרב זיין ביז בפועל ממש, למטה מעשרה טפחים אין זמן ומקום, ביז אין דעם זמן ומקום דער עיקר
¶2בזה, וואס דאס איז דאך בארצנו הקדושה בנוגע למקום, על דרך זה אין ארצנו הקדושה עצמה אין ירושלים עיר הקודש ובבית המקדש, און דארטן גופא אין קודש הקדשים, וואס דארט איז דאך אויך דער אחת בשנה דער ענין ווי ס'איז אין כל ענינים האמורים, אין דעם ענין פון מקום אזוי אויך אין שנה אין זמן,
¶3עוד ועיקר, בתוקף ומיד ממש, למטה מעשרה טפחים, נשמיות בגופים, ביז אין דעם עיקר הזמן והמקום ווי זיי זיינען בגשמיות, אין זמן ומקום גשמיים, וואס זיי זיינען דאך בתוקף ובפנימיות בארצנו, ווי געזאגט פריער אין דער אחת בשנה ווי דאס איז אין זמן, און אחת אין מקום, און אחת בנפש, דריי ענינים זיינען זיך מתייחד, און זיי ווערן איין נקודה אחת ויחידה, ותיכף ומיד ממש, בארצנו הקדושה, בירושלים עיר הקודש, ובית המקדש וקודש הקדשים למטה מעשרה טפחים, נשמות בגופים.