פסקה
פסקה rh-pk7af7gn
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-pp8heywx
- order
- 85
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- במילא איז ער ממלא די חסרונות פון שנת הלבנה לגבי שנת החמה, ווי אזוי איז ער דאס אבער ממלא? איז דאס דורך דערויף וואס ער איז מוסיף מיטאמאל א גאנצן חודש, וואס חסרון שנת הלבנה לגבי שנת החמה איז מערניט ווי עלף טעג, א סאך ווייניקער. וואס דערפאר מאכט מען דאך אין חודש העיבור אחת לב' וג'שם ניא, זעט מען דאך, אז דא גיט מען א אידן א כח, אז בשעת ער איז ממלא, איז ניט נאר ער איז ממלא דעם חסרון וואס איז לסמוך לו ער איז אויך ממלא א זאך וואס איז שוין דורכגעגאנגען אין מיטן א צום גדליה, אדער דורכגעגאנגען אין מיטן אן ענין כוותו, און דעמאלט איז דאס נאך אלץ געבליבן דער חסרון, און דער צום גדליה, און דער ראש השנה, במילא אויך, וויבאלד אז דאס איז כל השנה שנת העיבור, איז דאך דער צום גדלו שלו אויך א צום גדליה פון שנת העיבור, האט ער דאך אין זיך די מעלות פון עיבור, נאך אן ענין, דער תיקון פון עיבור איז אויך א תיקון נפלא, אזוי בכלל ווייס מען דאך, אז עבודה פון א אידן איז דאס אויף לתקן, אשר ברא אלקים לעשות ווי ער טייטשט דאס אפ לתקן, דאס איז דאך אבער בפשטות, איז דער ענין וואס א איד דארף מתקן-זיין איז דאס די ענינים אין וועלכע ער האט געדארפט טאן מערער וויפל ער האט געטאן, במילא דארף ער מתקן-זיין און משלים-זיין אז ס'זאל זיין כמצות רצונך. אדער נאך מערער, חס ושלום, אז ס'קען דאך זיין אז ס'איז דורכגעפאלן א חטא ופגן ועבר את הדרך,
- proofread
- 0