Paragraph
Paragraph rh-pjvsd8a6
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3pmnq2mg
- order
- r
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","edited":true}- content
- און יהי רצון, אז אין דעם אלעם זאל מקויים ווערן, וויבאלד אז מ'זאגט ניט קיין אייגענע זאכן, מערניט ווי מ'חזר'ט ענינים וואס שטייט אין ספרים און אין מאמרים און אין קונטרסים, און מ'חזר'ט דאס פאר די וואס אויף וועלכע תורה איז מעיד, תן לחכם ויחכם עוד מ'געהערט צו עם חכם ונבון, עם הגדול הזה, און מ'טוט דאס אין אן עת רצון, וואס לא היו ימים טובים כחמשה עשר באב, א זמן רצון און א מקום רצון, בית הכנסת ובית המדרש פון נשיא דורנו, זאל דאס זיין נאך שנעלער דער אחישנה און נאך גרעסער באורך ורוחב ועומק בכל ענינים אלו, און דאס זאל נאכמערער צוהיילן דעם תכלית כל הענינים, דער ענין פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, אז אפילו א הערער פיין גייט אויך ניט דורך, און ס'קומט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה על ידי דוד מלכא משיחא. לחיים.
- proofread
- 0