transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1מ'האט גערעדט אין דעם פריער פריערדיקן פארברענגען, אז די ענינים וואס חזר'ן זיך איבער משנה לשנה, על דרך ווי אין שבתים און יום טובים, וואס בכללם אויך די התוועדות פון יו ת' כסלו איז דאך דאס ”מידי שנה בשנה”, וואס בטבע בני אדם איז דאך א זאך ווי דאס טרעפט צום ערשטן מאל, איז מיט אן אנדער התפעלות,
¶2ווי דאס איז אויף איבער איאר, אף על פי וואס ער חזר"ט דאס איבער לכאורה מיט אלע פרטים, איז דאס אבער ניט מיט דער התפעלות פון חיות ווי ס'האט א נייע זאך, על אחת כמה וכמה ווי דאס גייט דורך כמה שנים, א סך יארן, צענדיקער יארן און נאכמער אף על פי כן,
¶3מאנט תורה אז ס'זאל זיין ”בכל יום יהיו בעיניך כחדשים” היום הזה אנכי מצבך, אז יעדער ענין וואס איז פארבונדן מיט תורה,
¶4איז אף על פי וואס תורה איז דאך געגעבן געווארן מיט טויזנטער יארן צוריק, און פון דעמאלט אן איז דאך געווען דער ציווי אויף 'לימוד התורה' ב”כל יום וקיום המצוות בכל” זמן המתאים למצוה זו, איז אז ס'קומט היינט דארף זיין דער 'לימוד התורה' און 'קיום המצוות' וואס איז פארבונדן מיט היום,
¶5מיטן היינט, כחדשים פונקט ווי ס'וואלט געווען דעם ערשטן מאל אז ער איז דערצו צוגעקומען און ער האט זיך דערפון דערוואוסט און האט זיך דאס געזעצט לערנען און מקיים זיין דאס.
¶6און וויבאלד אז תורה מאנט דאס, און מ'האט דאך דעם כלל, אז הקב"ה ”אינו מבקש אלא לפי” כוחה אז דאס וואס דער אויבערשטער מאנט ביי מענטשן און ביי אידן בפרט,
¶7האט ער זיי פריער געגעבן כוחות אז זיי זאלן דאס קענען מקיים זיין, און לויט די כוחות וואס ער האט זיי געגעבן שטעלט ער די פאדערונגען איז דערפון אויך פארשטאנדיק, אז די דרישה און דער ציבור אז ”בכל יום יהיו בעיניך כחדשים” איז דאס א זאך וואס יעדער איד, פון דעם גדול שבגדולים ביז דעם קטן שבקטנים,
¶8קען דאס אויספירן. וואס מצד איין פרט איז דאס שווערער אויסצופירן בא זיך ביי א גדול שבגדולים ווארום ביי א קטן, וויבאלד אז ער איז נאך ניט דערגרייכט צו דעם תכלית ההבנה בזה,
¶9קומט דאך אים צו וכל פעם ופעם נאך עפעס אין די הבנות הענין, במילא איז לייכטער אז דער גאנצער ענין זאל ביי אים זיין כחדשים א גדול שבגדולים, וואס ער האט שוין למד ”כל התורה כולה”,
¶10ועל דרך זה האט ער נעכטן שוין אויך מקיים געווען די מצוה בתכלית השלימות, במילא אויף מארגן היינט אז ער איז איר מקיים קומט אים לכאורה קיין זאך ניט צו ניט אין הבנה, ניט אין כוונות המצוות,
¶11און אף על פי כן אויך פון אים ווערט פארלאנגט אז ס'זאל זיין כחדשים וואס דאס איז לייכטער און ס'איז מער צוגעפאסט אז בשעת די קביעות איז אויך מורא אויף אן ענין פרטי וואס ס'איז דא אין דעם ענין, וואס די קביעות איז דאך משתנה משנה לשנה.
¶12די קביעות פון ימים טובים און ימי התוועדות איז דאך פארבונדן מיט ימי החודש, ווי פסח איז בחמשה עשר בניסן, ועל דרך זה פורים וחנוכה, ועל דרך זה די ”ימים טובים של” כל ישראל מנהגים מצד המנהג אדער מצד 'חג החגים' ווי דאס איז י' טס כסלו, איז דאך דאס פארבונדן מיט א טאג אין חודש,
¶13י' טס בכסלו, איז אבער מצד דעם שינוי התביעות בימי השבוע, ווערט דאס אויך א שינוי און עד"ס קומט צו מודגש א פרט וואס ס'איז דא אין דעם ענין וואס ער ווערט ארויסגעבראכט ביתר הדגשה אין דעם טעם מצד דערויף וואס דאס איז א טאג מסויים בשבוע.
¶14על דרך זה ווי מ'געפינט זיך בראש-שמען, וואס אויב יום טוב של ראש-שמען שחל איז בשבת איז אט דעמאלט אויך דא א שינוי אין די ענינים פון ראש השנה, וואס אט דעמאלט איז אין תוקף מערניט ווי ירושלים אדער אין בית ”דין לייבנה, בבית” המקדש וכיוצא בזה, משא' כן בגזלו.
¶15וואס על דרך זה איז אויך מצד דער קביעות פון יט' כסא, וואס בפעם הראשונה איז דאך דאס געווען, ווי דער אלטער רבי שרייבט, אין דער אגרת וואס ער האט געשריבן בנוגע לשחרורו, אז ס'איז געווען ביום ג' שהוכפל בו כי טוב,
¶16און אף על פי כן, איז מיט די שנה בשנה איז ווערט דאס די התוועדות און דער יום-טוב איז דאס ניט ביום ג' נאר מ'רעכנט זיך מיט די קביעות אין ימי החודש יט' כסלו,
¶17בשעת אבער ס'ווערט א שינוי אין דער קביעות, און דאס ווערט אין א ”יום מסויה בשבוע” איז דאס ברענגט ארויס א 'דבר חדש' וואס איז ניטא אזוי בהדגשה ובגלוי ווי ס'איז קביעות י' טז כסלו ושאר ימות השבוע.
¶18וואס וואס איז דער ענין פון שבת דער חילוק כללי בנוגע צו ששת ימי בראשית?
¶19אז בשבת איז געווען דער ענין פון ”שבת מכל מלאכתו” וואס וואס איז דער ענין פון מלאכה?
¶20דער ענין פון מלאכה איז, אז מ'מאכט איבער א זאך, אז פריער איז דאס באופן אחר, און על ידי המלאכה ווערט דאס אן אופן אחר, אדער מ'מאכט פון א דבר שלא נשלמה צורתו מאכט ער דערפון ”מכה בפטיש” א דבר שלם,
¶21אדער ער מאכט א דרך ווי א זורע והחורש, אז פריער איז ניט געווען צמחה און דערנאך איז ער זורע אגרים ווערט א 'דבר חדש' וואס פריער איז דאס ניט געווען.
¶22וואס אין אנדערע ווערטער איז דאס, ער האט מלחמה מיטן מצב ווי ער איז בהוה, אז איצטער איז עס אין אן אופן וואס ס'פעלט דער מכה בבטיש, די לעצטע פון די מלאכות, אדער ס'איז אין אן אופן וואס ס'וואקסט ניט, דער גרעין ליגט אויפן טיש, און ס'בלייבט איין גרעין.
¶23און בשעת ער איז אים זורע איז אט דאס איז די התחלה, אז דערנאך וועט זיין ווי ס'איז געווען במשכן, אז זרעו און דערנאך איז צמחו און ס'איז געווען סממנים לקטורות ועניני המשכן.
¶24ער איז משנה, ער האט מלחמה מיט דעם הוה, און ער מאכט פון אים א 'דבר חדש', צי א 'דבר חדש' לגמרי אדער א דבר וואס ער איז משנה צו רתיק.
¶25בשבת וואס ס'איז געווען דער ”שבת מכל מלאכתו” אט דעמאלט איז געווארן דער ענין אז ווי ס'איז געווען דער שבת, ברגע הראשון פון שבת, אזוי איז געווען 'שבת מכל מלאכתו' ס'איז ניט צוגעקומען קיין מלאכה במשך פון די אלע פיר און צוואנציק שעה, פון דעם מעת-לעת פון שבת מיטן תוספי שבת,
¶26אף על פי וואס בשבת ראשונה זאגט ער דאך אין מדרש, אז בשר ודם, וואס אינו יודע איתה ורגעה דארף ער עפעס מוסיף זיין, משא"כ בהקב"ה ויכל ביום השביעי, אז אויב ער קען מכוין זיין די רגע, איז געווען דער רגע פון שבת האט זיך אנגעהעבן אן קיין תוספת לפני זה.
¶27וואס דאס איז דורש א באזונדער ביאור, ווי אזוי קומט צו דער ענין פון תוספת שבת, כל הענינים פון שבת איז דאך פארבונדן מיט שבת ראשונה, און דעמאלט איז געווען בדיוק, ויכל ביום השביעי אז ס'איז געווען דער לעצטער רגע פון פרייטאג איז נאך געווען דער ענין הבריאה.
¶28אבער בהנוגע לעניננו, איז דער אויפטו פון שבת לבוששת ימי בראשית אז דעמאלט איז געווען אן ענין פון אמירה ודיבור ומלאכה, משא' כן שבת איז 'שבת מכל מלאכתם'.
¶29וואס דאס ברענגט ארויס די הדגשה אין דעם ענין פון י'ט'ס איסטער, וואס דעמאלט איז דאך געווען דער ענין הפדי והגאולה, אין דערויף איז אבער צוגעקומען דער דיוק, ווי דער אלטער רבי שרייבט, אז ווען איז געקומען די גאולה?
¶30כשיתחלתי לומר דער ”פדה בשלום” ווי ער האט אנגעהויבן דעם פסוק שלאחרי זה איז ער ארויס לחולם.
¶31וואס דער דיוק בזה, אז ס'איז ניט נאר געווען פדי סתם, נאר ס'איז געווען א פדי בשלום, און ווי ער איז ”מסיים אין פסוק פדה בשלום נפשו מקרב לי כי ברבים היו עמדי” טייטשט ער דאך אפ אין ירושלמי, אז וואס איז ברבים היו עמדי אז אנשי אויף שלום וואס זיי האבן געדארפט מלחמה האבן מיט דוד'ן איז היו עמדי אז זיי האבן מתפלל געווען לויט נצחונות של דוד,
¶32במילא איז דאס געווען פדי בשלום ביי דוד'ן, ווארום ער האט ניט געדארפט מיט זיי מלחמה האבן, אדרבא זיי זיינען געווארן מסיים שלו די רבים וואס זיי זיינען געווען נגדיר.
¶33וואס על דרך זה איז אויך געווען בא דעם אלטן רבי'ן, וואס ווי ער שרייבט אין אגרת האבן זיך מסכים געווען די הנהלת המדינה, ביז דעם ראש המדינה, ביז דעם מלך המדינה, אז ער זאל ארויסגיין לשחרור ולחירות לגמלי.
¶34ווי גערעדט פריער, איז דאס ניט אן ענין וואס פון א מעשה פון אן אדם ווי גרויס ער זאל ניט זיין, נאר דאס איז א מעשה פון א שיטה, און דערנאך איז דער שחרור וחירות וגאולת השיטה,
¶35וואס דערפאר איז דאך אויך די שיטה פון ”פדה בשלום” אז מ'זאל צוקומען בכל מקום ומקום פארשפרייטן תורת החסידות ודרכי החסידות אין אן אופן פון שלום פון דרכי נועם ודרכי שלום.
¶36וואס דאס איז דאך אויך וואס די גמרא טייטשט דאך אפ דעם פסוק פון ”פדה בשלום נפשי” אז ”כל העוסק בתורה ובגמילות חסדים ומתפלל אין הציבור, מעלה עליו הכתוב, כאילו פדעני אליהו לבנים ובעיני הומות, אין אמר” כדי בשלום נפשי במקרב לקו ורבי מאי עמדי טייטשט דאך אפ רשי, אז דאס גייט תורה איז דערפאר וואס דרכיהר דרכיהם וואס דאס איז תורה,
¶37אין גמילות חסדים איז דאך אויך וואס ער איז מקרב דעם עני מיט בעל הבית, ווי די התחלה פון מסכתא שבת, נאר וואס דען אין אן אופן של היתר, און מתפלל אים הציבור אז ער איז זיך מתפלל און אדרבא ער ווערט א טפל,
¶38וואס דאס איז דאך אויך נכלל אין דעם אפטייטש פון תפילה אז ער ווערט א טפל צו דעם ציבור, וואס דאס איז דאך אויך דער פירוש הפשוט אז ער ווערט איינער פון דעם ציבור, און דער גאנצער ציבור ווערט א נייער מציאות,
¶39אז ס'איז דאך ניט דער טשט אז ס'איז דא צען יחידים, נאר די צען יחידים מאכן א נייע מציאות, וואס זי ווערט אנגערופן בשם עדה א נייער מציאות, וואס דעמאלט כל דבר שבקדושה קען מען דעמאלט זאגן, און ס'ווערט אן ענין של פרהסד די אלע גדרים וואס ס'איז דא אין דער נייער מציאות, וואס דאס איז עדה.
¶40דורך וואס איז דאס? וואס ער איז מתפלל אים הציבור, און דאס איז ניט אן ענין של עשרה מפר נאר דאס ווערט שלום, און דער תכלית וואס איז דא אין שלום, אז דאס ווערט איין זאך, א גאנצע זאך, וואס ווערט אפגערופן בשם עדה.
¶41וואס אט דאס איז דאך אויך דער ביאור וואס גלייך די ערשטע אגרת, שכתבי בבוא ומפטערבורג, איז געווען דעם ענין פון שלום, אפילו ס'זאל ניט זיין דער זאגן א ה' פון קדושה,
¶42און איז מסיים אויף כולי היו ועולי זיין דער לב החור כמים הפנים אז בשעת מ'קומט צוגיין צו א אידן בדרכי נועם ובדרכי שלום איז אט דעמאלט זאגט ער ”כמים הפנים לפנים כי לב האדם לאדם” אז דעמאלט איז מען מקיים די רייד וואס ער רעדט מיט אים,
¶43אז דער צווייטער איד זאל אויך ווערן א ”מוסק בתורה ובגמילות חסדים” און מתפלל אין א ציבור, וואס בכללות איז דאך דאס די שלשה עמודים, שעליהם ”העולם עומד”, ווי ער טייטשט אפ אין מהרשא,
¶44וואס דאס איז דאך דער 'תורה ועבודה' וואס ”תפילות במקום קרבנות תקנום” וואס דאס איז מתפלל אין א ציבור וגמילות חסדים, וואס דאס איז דער ענין פון מצוות און דאס כללותם איז דער ענין פון צדקה,
¶45און דעמאלט רעדט ער מיט אים, און דאס פועל"ט אין אים קיין לב האדם לאדם, אז ער טוט דאס און נאכמערער ער טוט דאס מיטן גאנצן הארצן, און אט דעמאלט ווערט נצטרף א איד מיט נאך א אידן מיט נאך א אידן מיט נאך א אידן מיט נאך א אידן, ביז וואנענט אז זיי זיינען ”מכריע את עצמה און כל העולם כולו לכף זכות”,
¶46און מ'ברענגט אראפ פון דער גאולה פרטית ”של כל אחד ואחד” די גאולה קבלית של 'כלל ישראל', וקרוב ממש בביאת משיח צדקנו.
¶47לחיים.