transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1דעם יאר, איז אזוי ווי די קביעות פון היינטיקן יאר, איז אזוי ווי בנוגע צו ימי השבוע,
¶2און אויך די סדרת פרשת השבוע, איז דאס ווי ס'איז געווען פאריקן יאר, איז דאך אויך דא וואס מ'האט דעמאלט גערעדט אין די התוועדות'ן בזמנים המגבילים, און שוין אויך אפגעדרוקט אויך,
¶3איז אף על פי וואס נקודות על כל פנים מוז מען דאך דערמאנען בכל פעם ופעם, וויבאלד אז מ'זאגט, אז אין אלע זאכן וואס זיינען פארבונדן מיט תורה און מיט אידישקייט און מיט קדושה, איז בכל יום לי וביום אחד כחדשים און נאכמערער-אן א כ' הדמיון, און ס'איז דאך פארשטאנדיק בפשטות אויך,
¶4אז וויבאלד אז כל יומא ויומא עביד עבידתי איז דאך דאס וואס מ'האט געטאן די עבידתי פאריקן יאר-איז דאך דאס לגמרי ניט מספיק בהנוגע צו די עבידתי אז ס'קומט נאכאמאל, מיט א יאר שפעטער אדער מיט צוויי יאר שפעטער וכו,'
¶5און עבידתי אין ענינים פון קדושה דארף דאך זיין אין אן אופן מסודר, איז איידער דאס קומט במעשה בפועל רעדט מען וועגן דערויף בדיבור, ובפרט נאך אז דער דיבור איז דאך פארבונדן מיט די חלקים און מיט די מאמרים אין תורה וואו ס'רעדט זיך וועגן דער עבידתי פון דעם טאג,
¶6איז דאך נוגע אז ס'זאל זיין דער חיבור פון תורה מיט אסתכל באורייתא צוזאמען מיט ”וברא עלמא” איז כך בר נש ווי ער זאגט אין זהר איז עסיק ”באורייתא ומקיים עלמא” איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'דארף רעדן דעם ענין אין תורה,
¶7ניט פארלאזן זיך אויף דערויף וואס ער האט דאס גערעדט וועגן דערויף פאראיארן אדער פאר צוויי יארן, ובאריכות גדולה וכו,' על כל פנים, מפני טירחת הציבור איז פארלאזט מען זיך, אז בשעת מ'וועט דערמאנען די נקודה,
¶8איז ”תן לחכם ויחכם עוד” האט ער שוין די גאנצע אריכות, אדער על כל פנים אט דאס וואס ס'איז נוגע צו דער עבידתי פון יום זה,
¶9מ'קען אבער ניט יוצא-זיין אז מ'זאל זאגן, אז די עבידתי און די זכיות פון דעם יום זכאי זה זאל זיך אפטאן די אלע ענינים,
¶10און ס'זאל גארניט זיין דערביי דערמאנט דער ענין ווי דער ענין שטייט אין תורה, און אויך א ראי' אויף דערויף, אז ס'דארף זיך אויפטאן אט דער ענין דערפאר וואס תורה גיט דעם כח און הייסט, אז אין דעם זמן זאל זיך אויפטאן אט דער ענין.
¶11איז אט דאס וואס תורה האט געהייסן פאראיארן איז דאס געווען פאראיארן בכל התוקף און האט אויפגעטאן, ס'קען טאקע האבן א פעולה נמשכת ביז וואנענט אז דאס זאל פועל-זיין אויף איבעראיאר און אין צוויי יאר ארום וכו,' איז נוסף על זה, אז דא רעדט זיך דאך וועגן א בן-אדם, וואס אין צווישן איז דורכגעגאנגען א גאנצער יאר,
¶12איז דאס היפך הטבע, אז ס'זאל זיין פונקט ווי ס'איז געווען דעמאלט, מערניט מצד דערויף וואס תורה גיט דעם כח, און תורה איז באלעבאס אויף מציאות פון טבע, און זאגט אז דאס איז חדשים קען דאס אזוי זיין, אבער במה דברים אמורים?
¶13בשעת ער וועט רעדן דעם ענין אין תורה, ווי דער ענין איז בפשטות, אז מ'זאגט אז ”בכל יום ויום יהיו בעיניך כחדשים” זאגט מען ניט, אז דערפאר דארף ער ניט לערנען חס ושלום דעם ענין אין תורה.
¶14מ'זאגט נאר, אז בשעת ער לערנט דאס, כאטש אפילו ער האט דאס געלערנט שוין פאראיארן, און מיט כמה שנים לפני זה זאל דאס ביי אים ניט זיין קיין דבר ישן, כיו תגמח, כישנה נאר ביי אים זאל דאס זיין א חדשה, אבער ניט מ'זאגט אז אלס ישנה דארף ער דאס אויך ניט האבן,
¶15וויבאלד ער האט דאס געלערנט שוין פאראיארן איז דאס היפך פשטות הענין, און היפך הדין, און היפך המנהג און ”היפך טבע האדם”.
¶16וויבאלד אבער אז מ'וויל אויך האבן אז ס'זאל בלייבן צייט אויף א 'דבר חדש', במילא האט מען דאך לאידך גיסא אויך קיין ברירה ניט, אויב ס'וועט אוועקגיין די גאנצע צייט, מערניט ווי אויף זאגן אט דאס וואס ס'האט זיך גערעדט פאראיארן,
¶17אפילו אז מ'וועט גארנישט ניט פארפעלן, און ס'וועט זיין ”בור סוד שאינו מאבד טיפה” האט דאס אבער אין זיך ניט די מעלה פון דעם ענין פון מעיין המתגבר.
¶18ובהנוגע צו תורה, און ווי דער 'לימוד התורה' איז הענגט זיך דערפון אפ ווי דערנאך איז דער מעשה, דער עביד עבידתי און מ'וויל אז אין דערויף זאל זיין ”מעלין בקודש” דארף דאך אויך זיין ”מעלין בקודש”.
¶19האט מען דערפאר קיין ברירה ניט און מ'מוז מקצר-זיין, פארלאזנדיק זיך, אז דאס וועט דערמאנען אט דאס וואס ס'איז בין השורות אדער באמצע השורות וכו וויבאלד אז דעם עיקר הדבר דערמאנט מען.
¶20אבער כאמור לעיל, מ'מוז דערמאנען עיקרי הדברים, ניט אפילו אז מ'איז זיכער אז מ'געדענקט וכו איז תורה דארף דאך אראפקומען בדיבור, וואס דעמאלט איז דאס אן ענין פון תורה מיט א ברכת התורה מיטן גאנצן שלימות, וואס דערפון הענגט-אפ, בשעת מ'האט די שלימות אין תורה, זאל מען אויך האבן דעם שלימות אין מעשה,
¶21משא"כ ווען ער געדענקט מערניט ווי די מסקנא, און געדענקט גאר ניט פון טעמי הדברים וכו איז דאך דאס דעמאלט קען ניט זיין אז דערנאך זאל זיין דער שלימות המעשה אויך מיטן תענוג וואס ער האט אין דעם, וויבאלד אז ער האט ניט אין דערויף דעם טעם הדבר,
¶22וואס טעם הדבר האט דאך אין זיך די ביידע ענינים, אז דאס איז דער טעם פארוואס ס'דארף אזוי זיין, און אויך טעם מלשון טעם ותענוג.
¶23וואס דערפאר איז ניט מספיק, אז ער געדענקט מערניט ווי די מסקנא, און דערמאנט די מסקנא, בפרט נאך לשיטה פון דעם אלטן רבי'ן, אז בהנוגע אז מ'האט מערניט ווי די מסקנא אליין, אן דעם טעמי ההלכה, טעם המסקנא,
¶24קען מען דערנאך א טעות האבן און ס'וועט ארויסקומען ניט מתאים לפי הכוונה, אדער על כל פנים ניט מתאים ”לפי שלימות הכוונה”, איז כדי דאס צו באווארענען דארף מען דאך אויך האבן דעם טעם, דערמאנען על כל פנים בקיצור בשעת מעשה.
¶25וואס דער ענין, כאמור, איז דאך דאס דארף ניט האבן קיין תוספת הסברה, וויבאלד נאך אז ס'קומט נאך צו די הסברה ווי דער אלטער רבי זאגט אין אגרת הקודש, און דערמאנט כמה פעמים,
¶26אז ”בכל שנה ושנה” איז קומט אין ראש-השנה אן 'אור חדש' וואס ס'איז נאך קיינמאל ניט געווען אזא אור-איז דאך דאס ניט סתם א הוספה, נאר דאס איז א הוספה מיט אן איכות חדשה, ובדרך ממילא אויך א כמות חדשה.
¶27קען מען דאך ניט יוצא-זיין מיט דעם אור פון ראש-השנה פון שנה שעברה, ועל דרך זה מיט דעם אבר פון דעם ראש, וואס דאס איז דער יום המתאים אין וועלכן מ'געפינט זיך און וועגן וועלכן ס'רעדט זיך, נאר מ'מוז אויך איבער'חזר'ן כדי ממשיך-זיין דעם אור וואס איז נתחדש געווארן אין אן אופן חדש,
¶28אור ”עליון ביותר, כמבואר” אין אגרת הקודש בפרטיות.
¶29דערפון איז פארשטאנדיק וזה העיקר, וויבאלד אז ”המעשה הוא העיקר” אז דאס איז ניט נאר אז וויבאלד אז מ'דארף אזוי טאן האט מען קיין ברירה ניט און מ'טוט אזוי,
¶30נאר ס'איז אויך א זיכערע זאך, אז אויב ס'וועט נאר זיין ”עמדו הכן כולכם” איז א זיכערע זאך אז ס'וועט צוקומען דורך דערמאנען די ענינים וואס ס'האט שוין גערעדט, לכאורה בשלימותם בשנה שעברה,
¶31און דערמאנען זיי מיט די גאנצע שלימות ווי ס'איז געווען בשנה שעבר, נאר מערניט ווי ער איז ממלא דעם ציווי, וויבאלד אז מ'האט אים געהייסן איבער'חזר'ן, נאר ס'איז אויך א זיכערע זאך, וויבאלד אז ”תורת אמת” זאגט אזוי, אז דורך דערויף ווערט ניתוסף איז א זיכערע זאך, אז ס'ווערט ניתוסף, און ניתוסף ניט נאר אין כמות נאר אויך באיכות.
¶32דער אונטערשייד איז נאר, אויב ער שטייט אין א מעמד ומצב פון ”עמדו הכן כולכם” קומט ביי אים ארויס אויך די הוספה, ביז די הוספה אין אן אופן פון אור עליון חדש ביותר בגלוי, אויב ביי אים פעלט אין די ”עמדו הכן כולכם” פילט ער מערניט דעם ענין אז ער חזר"ט איבער א דיוטגמא ישנה,
¶33מ'האט אים אבער אנגעזאגט, אז ער דארף דערביי האבן דעם חיות פון א 'דבר חדש'.
¶34וואס דאס גופא איז דאך א סתירה 'מיני' ובי' וויבאלד אז ”תורת אמת” זאגט דאס אן, קען דאס ניט זיין אז דאס זאל בלייבן א ישנה, נאר וואס דען ער זאגט בדרך קבלת-עול אז דאס איז חדש, דאס דארף אים דורכנעמען ווי דאס נעמט-דורך א 'דבר חדש'.
¶35און דאס דארף דורכנעמען ניט נאר דעם כח פון 'קבלת עול' שלו, נאר אויך דעם כח פון זיין 'הבנה והשגה', ועוד והוא העיקר דעם כח התענוג שלו.
¶36וואס כאן איז אויך להעיר, אז די התאמה, דאס וואס ס'שטימט דער יום בשבוע און פרשת השבוע וכו' בשנה זו ווי שנה שעברה, וועט דאס אנהאלטן ביז סוף פון חודש חשון,
¶37משא' כן אז ס'וועט קומען ראש-חודש איז חשון איז אט דעמאלט ווערט שוין דער שינוי, וואס דער יאר איז א שנה כסדרה, און שנה שעברה איז געווען א 'שנה שלימה', במילא איז שנה שעברה האט חשון געהאט דרייסיק טעג, ובשנה זו וועט חשון האבן כסדרה כ'ט ימים,
¶38איז די אלע ענינים וואס הויבן זיך אן פון ראש-חודש כסלו אן ווערט שוין אנדערש, אויך בפשטות ובגלוי, ווי דאס איז געווען אין שנה שעברה, וועט דאס זיין נאך דעמאלט נאך לייכטער.
¶39במילא, וויבאלד אז מ'רעדט אין דעם ענין אין אזא אופן וואס מ'האפט אז דאס וועט פועל זיין אויך אויף ראש-חודש כסלו און אויף נאך ראש-חודש כסלו-איז דאך דאס פארשטאנדיק א טעם נוסף פארוואס מ'מוז איבער'חזר'ן,
¶40ווארום דאס איז אן איבער'חזר'ן אז די פעולה זאל דערפון זיין אויף אזעלכע טעג אדער וואכן און חדשים וואס זייער קביעות איז באופן אחר ווי ס'איז געווען בשנה שעברה.
¶41וואס בכללות איז דאך דער ענין פון כ' חשון, פארבונדן מיט יום הולדת פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, וואס נשיא דורנו איז געווען זיין ממלא מקום, וכמדובר בארוכה דער ענין אויף ממלא מקום, איז ”אין ענין יוצא מידי פשוטו”,
¶42אז וויבאלד אז דאס איז א תואר וואס דאס גיט ”תורת אמת”, איז דאס אן אמת בתכלית הדיוק.
¶43וואס ממלא מקום איז דער טייטש אז ער פילט אויס דעם גאנצן ארט וואס ס'האט פריער אויסגעפילט דער נשיא שלפניו.
¶44וויבאלד אז ס'דארף זיין דער ”מעלין בקודש” איז דערפון פארשטאנדיק אויך, אז ס'מוז אויך זיין א הוספה אויף דעם ענין, פון דעם ענין וואס ס'איז ממלא מקום, וואס ס'איז שוין געווען אמאל דער ענין המילוי,
¶45איז דא א הוספה מצד דעם ענין וואס ”מעלין בקודש” וואס וויבאלד אז דאס איז חל על כל אחד ואחת, על אחת כמה וכמה אז דאס איז חל אויף א נשיא בישראל,
¶46וואס אן אים איז דאך בלשון פסק-דין הרמב"ם, ובלשון הרמב אז המלך איז דאס לב כל ישראל, איז דאך אויף דערויף תלוי דער לב פון כל ישראל וואס ”ליבא פליג לכולא שייפין”, צו אלע אברים,
¶47במילא איז דאך ביי אים דער הכרח נאך א גרעסערער, אויב מ'וואלט געדארפט דערצו אנקומען צו דער הסברה, אז ס'מוז זיין דער מעלה זיין בקודש.
¶48דערפון איז אויך פארשטאנדיק, ווי אויך בפשטות, אז פונקט אזוי ווי מ'זאגט בנוגע צו יום הולדת, איז דאך דער ענין בזה, ווי גערעדט פריער, אז ס'איז געווען א יום הולדת א שנה שלפני זה,
¶49און א יום הולדת פון שנתיים לפני זה, און מערערע יארן לפני זה-אף על פי כן, אז ס'קומט דער זעלבער טאג, און אין זעלבן חודש, נאר מיט אן אנדער יאר-איז אט דעמאלט אן אנדער ענין,
¶50אן אנדער עבידתי און ניט נאר אן אנדער עבידתי נאר אפגעקופירט א העתקה פון דער פריערדיקער עבידתי נאר וויבאלד אז ”תורת אמת” זאגט אז דאס איז א חדשה איז דאס א 'דבר חדש'.
¶51וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, כאמור בנוגע צו יום הולדת, אז מ'זאגט ”מזלו גובר” וויבאלד אז ס'איז געקומען דער יום הולדת פון שנת תשמ ה,
¶52ווערט דאך אין דערויף די שאלה, ”מזלו גובר” איז דאך שוין געווען אין תשמ ד, און ס'איז דאך געווען ”מזלו גובר” מיטן גאנצן שטורעם ווי ס'דארף זיין ביי א אידן בכלל, און ביי א נשיא בישראל במיוחד,
¶53במילא איז דאך ניט דער פשט אז דאס איז באגרעניצט אויף די צאל טעג וואס ס'איז געווען אין שנת תשמ ד, מיט התחלה פון תשמ ה,
¶54נאר וויבאלד אז מ'רופט דאס אן אז דאס איז אין אן אופן של גובר, גבורות, און אין אן אופן אז דאס איז מזלו, וואס מזל איז דאך דאס ניט נאר כוחות פנימיים שלו, נאר ווי דאס איז דער מזל שלו, וואס דערפון ווערט דערנאך דער נזילה די השפעה אין די כוחות פנימיים שלו.
¶55איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז אפילו אז אין מזל שלו איז געווארן דער ענין הגבורה אף על פי וואס מזל דארף גאר זיין למעלה מזמן,
¶56איז פועל"ט אבער אט דער זמן אז ס'ווערט א הוספה אפילו אין מזל, איז דאך דערפון פארשטאנדיק נאכמערער דער הכרח, אז דאס פועל"ט מצד ”מזלו גובר” פון שנה שלפני זה,
¶57אויך אויף די טעג פון נאך כ' חשון תשמ ה.
¶58אף על פי כן זאגט מען, ובפשטות, אז ס'קומט נאכאמאל כ' חשון איז נאכאמאל ”מזלו גובר”, וואס דאס איז נאכמער מחזק און מכריח, אז ס'קומט-צו א הוספה אויף דעם ”מזלו גובר” ווי ס'איז געווען פאראיארן.
¶59און וואס פאראיארן איז געווען מערער וויפל ס'איז געווען מיט א שנה שלפני זה.
¶60בפרט נאך כמדובר כמה פעמים, ובארוכה, אז דאס איז פארבונדן מיט דער הלכה ס'איז דאך דא די צוויי דיעות אין הלכה, צי לאחרי ”ההסתלקות מן העולם” ווערט דארט א שינוי מצד שינוי הזמנים דא למטה,
¶61אדער וויבאלד אז זיי געפינען זיך שוין אין עולם האמת, וואס דאס איז עולם הנצחי-איז דארט איז זמן ניט משנה.
¶62און מ'זאגט דערביי, אז וויבאלד אז מ'זאגט, אז בשעת ס'קומט און מ'זאגט יזכור איז דאס א תועלת פאר דער נשמה, און דערנאך על אחת כמה וכמה אז ס'קומט א שנת הולדת איז ”יש בגר בקובו” מ'ברענגט אויף דערויף די ראי' פון הלכה,
¶63אז אפילו לאחרי ”ההסתלקות מן העולם” האט זמן פעולה אויף די ענינים פון דעם וואס ער איז שוין נסתלק מעולם הזה.
¶64און ווי ס'איז דאך אויך ווי געבראכט די ראי' במוחש, אט דאס וואס מ'פארבינדט דאס מיט ”נתינה לצדקה מחדש אין” יום ההולדת לזכותי בעל פון יום ההולדת וכיוצא בזה,
¶65און ווי אויך געבראכט די ראי' מוכחת פון דעם סיפור פון נשיא דורנו, אז ער האט געהערט, יארן לאחרי ההסתלקות פון דעם בעל יום ההולדת פון כ' חשון, האט ער געזען במחזה לילה, בחלום,
¶66ווי אזוי ער חזר"ט א מאמר אין גן עדן, במעמד ומצב פון כמה וכמה צדיקים, און דער מאמר איז פארבונדן מיט דעם קאפיטל תהלים, וואס דאס איז מתאים למספר שנותיו ווי אים איז געווארן אין דעם טאג פון יום ההולדת בשנה ההיא, אין שנת תרפה,
¶67כמדובר כמה פעמים און שוין אויך אפגעדרוקט בארוכה דער מאמר וואס ער האט געזאגט אין תרפה בעלמא דין, און דערנאך דעם וואס איז געווען פארבונדן מיט דעם פסוק פון יענעם מזמור תהלים,
¶68און דערנאך איז דא ווי דער מאמר וועגן וועלכן נשיא דורנו דערציילט אין זיין רשימה שנים לאחרי זה, וואס איז פארבונדן מיטן קאפיטל תהלים וואס איז מתאים לשנים שלאחרי זה.
¶69וואס דאס גיט דאך בפשטות אויך אן ענין אויף להוסיף בדיבור וב ביאור, מיוסד אויף דברי רבותינו נשיאינו, מצד דעם שינוי אין דעם מזמור תהלים וואס איז מתאים לשנה זו, משא' כן דער מזמור תהלים וואס איז געווען בשנה שלפני זה,
¶70וואס שנה שלפני זה איז דאך געווען דער מזמור תהלים קכ ד און בשנה זו איז דער מזמור תהלים קכה, וואס דארט איז א נייער מזמור, מיט אנדערע פסוקים, מיט אנדערע ענינים,
¶71וואס זיי זיינען אנדערש ווי מ'זעט זיי אפילו אין פשוטם של כתובים, על אחת כמה וכמה ווי ס'ווערט געבראכט נתבאר די פסוקים אין מאמרי חזל, וואס קצתם-א טייל פון זיי-זיינען אויך ס'איז דאך דא אין די רשימות פון צמח צדק, אין זיינע רשימות אויף תהלים, אויף מזמור קכה.
¶72וואס וואס דערצו איז נאך אויך צוגעקומען דער שינוי בשנה זו, אט דאס וואס ס'איז נתפשט געווארן די תקנה פון לימוד רמב"ם ג' פרקים ליום,
¶73וואס דאס איז דאך א דבר שנתחדש בשנה לאחרי פון כ' חשון פון שנה שעברה, און וויבאלד אז דאס איז אנגענומען געווארן בא כמה וכמה מישראל, ווערט דאך דאס א ”מנהג ישראל תורה” היא איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז אויך בדיוק, כתורת הבעל שם טוב,
¶74אז מ'קען אפלערנען, במילא דארף מען אפלערנען, פון דעם שיעור רמב אים שבכף חשון שנה זו, א הוראה בהנוגע צו עבודת השם בכלל, כתורת הבעל שם טוב,
¶75ובמיוחד צו עבודת השם ווי זי איז פארבונדן מיט די ענינים אין וועלכע ס'איז געווען די הוראות בפרט פון דעם בעל יום ההולדת, פון דעם רבי'ן נשמתו עדן.
¶76וכפי שיתבאר לקמן.
¶77אויף די אלע ענינים גייט דאך אויך דער ענין פון ”עבדו את הוי' בשמחה”, בפרט נאך לויט דעם מאמר הידוע פון דעם בעל יום ההולדת אויף פרשה 'חיי שרה', וואס איז שוין געדרוקט, וואס ער ברענגט דארט אראפ פון זהר, אז בא שרה איז געווען דער אויפטו, אז בא איר איז געווען די 'עבודת הוי'' בשמחה,
¶78נחתה זי האט יורד געווען למצרים, און דערנאך איז געווען די עלי' משם, און ס'איז געווען אין אן אופן של שמחה, ווי ער זאגט אין זהר און מבאר אין דעם מאמר וואס איז שוין אויך אפגעדרוקט דער מאמר,
¶79וואס שמחה איז דאך פורץ גדר איז דאך כמדובר כמה פעמים, בשעת מ'זאגט אז מ'איז פורץ גדר, און דאס רעדט זיך דאך וועגן ענינים ווי מ'איז נאך פארבונדן מיט 'זמן ומקום', איז דער פורץ אט דעם גדר פון דעם זמן און פון דעם מקום.
¶80דערנאך בלייבט נאך אבער גדרים און מקומות פון אן עולם של ושלמעלה מזה.
¶81במילא, בשעת ס'קומט-צו א שמחה חדשה מצד דערויף וואס ס'ווערט איבערגע'חזר'ט, און ווי די תורה פון דעם אלטן רבי'ן, אז מ'לעבט מיט דער צייט פון שני 'חיי שרה', וואס דערפון לערנט מען אפ און מבאר אין דעם מאמר פון בעל יום ההולדת,
¶82אז ס'איז געווען דער ענין פון עבודה בשמחה, איז אף על פי וואס ס'איז שוין געווען דער פריצת הגדר בשנה שלפני זה, און דערנאך פורץ גדר על ידי ימי השמחה שבינתיים, ובמיוחד פון ”זמן שמחתנו” ובפרטי-פרטיות פון זמן 'שמחת תורה',
¶83איז לאחרי כל זה איז נאך אלץ געבליבן די גדרים און די הגבלות און די מקום פון עולם שלמעלה מזה.
¶84און וויבאלד אז מ'זאגט ”ילכו מחיל אל חיל” ”אין להם מנוחה” איז דאך פארשטאנדיק, אז לאחרי ווי מ'איז ארויס פון חיל שלפני זה, ביז אין אן אופן אז מ'האט פורץ-געווען די גדרים פון דעם חיל גייט מען דערנאך אל חיל וואס ווערט אויך אנגערופן בשם חיל ווארום ער האט אויך אויף זיך זיינע גדרים,
¶85נאר דאס איז גדרים ”רחבים יותר וגדולים” יותר, מיט אלע הפלאות שבדבר, אבער אף על פי כן זיינען זיי איז דאס נאך אלץ אן ענין של הגבלה, ובדוגמא ווי מ'רעדט, אז מ'זאגט ”ובכל מאדך” אין קריאת שמע של שחרית, און
¶86דערנאך האפט מען דאך דערביי, אז דאס ווערט אויפגעטאן ”בכל מאדך ענין” שלמעלה ממדידה והגבלה שלו, און דערנאך, אז ס'קומט אין עטלעכע שעה ארום און ער זאגט קריאת שמע של ערבית, בתפילת ערבית חזר"ט ער נאכאמאל איבער דעם ענין פון ”בכל מאדך” און אויך מיט ברכת קריאת-שמע שלפניה ושלאחרי,'
¶87ווערט דאך די שאלה, ער איז דאך שוין ארויס פון זיינע מדידות והגבלות, מאדך בבוקר, איז דאך דאס אין צווישן איז ניט דער פשט, אז ער האט אינגאנצן ניט קיין הגבלות, נאר לפי מעמדו ומצבו בבוקר איז ער ארויס פון מדידה והגבלה,
¶88אז ס'איז דורכגעגאנגען נאך א האלבער מעת-לעת, כמה וכמה שעות, איז אט דעמאלט גיט מען אים כח, במילא דארף ער אויסניצן די כחות ער זאל ארויס אויך פון די מדידות והגבלות שלו פון א העכערן עולם, פון א העכערן אופן העבודה.
¶89על דרך ווי דערמאנט פריער בהנוגע צו ”מזלו גובר”.
¶90וואס מכל זה האט מען אויך א הוראה כשאלה הידועה ”למאי נפקא מינה ומאי” בינייהו, און וואס טוט זיך דורך דערויף אויף אין ”המעשה הוא העיקר”?
¶91אז אפילו אט די וואס בא זיי איז בשלימות די פעולה נמשכת פון דעם יום הולדת שבשנה שלפני זה, וואס כאמור האלט זי אן כמה וכמה זמנים ושנים לאחרי תשמ ד,
¶92כולל אויך כ' חשון תשמ ה האבן זיי דאס בשלימות, אף על פי כן האבן זיי דעם נתינת-כח, אז זיי זאלן נאך מוסיף-זיין אויף דער שלימות,
¶93און וויבאלד אז דעמאלט איז געווען בתקפו און איצטער איז בתקפו מעשה הוא העיקר אז די הוספה אין די שלימות זאל אראפקומען אין הוספה אין די שלימות המעשה, וואס מעשה איז דאך פארבונדן מיט הלכה בפועל, און הלכה בפועל דא קען מען ניט יוצא-זיין מיט א פשט"ל אדער מיטן לימוד ההלכה,
¶94ווארום דאס רעדט זיך וועגן הלכה בפועל, דארף דאס אראפקומען במעשה בפועל, וואס איינע פון די ענינים עיקריים פון דעם בעל יום ההולדת איז דאך געווען אט דאס וואס ער האט מפרסם געווען לראשונה ובפרסום דעם ענין פון 'נרות להאיר', וואס אין דערויף איז דאך דא די הוראה כפולה, אז יעדערער דארף זיין א נר,
¶95און ער דארף זיין ניט סתם א נר וואס ער איז מוכן אויף צו טאן התלוי בו נאר ער דארף זיין א נר וואס ער איז מאיר.
¶96און דערנאך איז דאך דא אויך דער דיוק, אז ניט נר אור בדוגמא ווי דער לשון פון ”תורה אור” נאר דער נר להאיר אז ער מאכט לייכטן אויך די הנמצאים בהשפעתו, אז אויך זיי זאלן ווערן א נר להאיר ניט נאר א נר מאיר נאר אויך א נר להאיר א צווייטן מאכן ליכטיק,
¶97ביז וואנענט אז דער צווייטער וועט אויך זיין בתכלית פון דער ליכטיקייט, וואס דאס איז ווען זי איז מאיר די סביבה וכל הנמצאים בה, און ווי גערעדט בארוכה און אויך מבואר אין די מאמרים פון בעל יום ההולדת, אז די אמת"ע מעלה פון א גוטן מחנך און א מלמד ומשפיע ורב איז אז ער מאכט-אויף פון דעם תלמיד,
¶98אז דער תלמיד זאל ווערן א משפיע, בלשון ההלכה ”טופח על מנת להטפיח”.
¶99ניט נאר ער איז א ”טופח על מנת להטפיח”, נאר ער מאכט דעם תלמיד זיינעם, דעם מושפע זיינעם, אויך א ”טופח על מנת להטפיח”.
¶100איז במילא, אז מ'קומט און מ'פרעגט-ומאי נפקא מינה במעשה הוא העיקר איז נפקא מינה בפשטות, ולכל לראש, איז די הוראה פון 'נרות להאיר' דארף מען ניט נאר געדיינקען פאר זיך,
¶101אז ס'דארף זיין א נר להאיר נאר דאס דארף אראפקומען אין זיינע עשיות און אין זיין עביד עבידתי אויף אויפשטעלן מושפעים, וואס די מושפעים וועלן זיין ווערן אויך וועלן אויך זיין משפיעים אין אן אופן פון 'נרות להאיר',
¶102בכלל אין עניני תורה ומצוותי,' ובמיוחד מיט די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט בעל יום ההולדת.
¶103און ”טוב עין הוא יבורך” ”צדיקים דומין לבוראן” וואס דער כלל איז דאך בא דעם אויבערשטן ”אינו מבקש אלא לפי” כוחו איז א זיכערע זאך,
¶104אז די אלע צו וועלכע ס'דערגרייכט אט די הוראות פון רבותינו נשיאינו האט מען זיי נאך פון פריער געגעבן די אלע כחות וואס ס'איז נויטיק, אז זיי זאלן דורכפירן דאס בתכלית השלימות, ומתוך שמחה וטוב לבב.