Paragraph
Paragraph rh-ph9kkrvm
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3g073qkc
- order
- n
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- שעת ס'איז ניטא דער חשש פון שיקריות, איז דאך דערויף אפילו אין זמן תפילת מנחה אויך וכיוצא בזה, וואס יש לומר, אז לעתיד לבוא, וויבאלד אז מ'וועט וויסן אז מ'האט ניט פארוואס צו חושש זיין, איז דעמאלט איז דער זמן פון ברכת כהנים אויך אין זמן מנחה. און דער עיקר אז ס'זאל זיין בפועל, למטה מעשרה טפחים, דער דוכנין פון כהנים אין ארץ הקודש, און דארט גופא אין ירושלים עיר הקודש, און דארט גופא אין הר הקודש, און אין בית המקדש, וואס אויפן הר הקודש, און דארט גופא ביז אין קודש הקדשים. ונזכא כל אחד ואחת קהל גדול ישובו הנה אנשים נשים וטף לארצנו הקדושה בבנינו ובבנותינו בנערינו ובזקנינו, און אין אן אופן פון הקהל גדול און תסמח און תסמך לארצנו הקדושה פון עשר אומות, און ווי דאס ווערט די אלע עשר דרגות, קומט דאס אן צו יעדער אידן און צו אלע אידן, וואס אף על פי וואס ארץ ישראל איז דאך נתחלקה לשבטים האט דאך אבער יעדער איד א חלק אין גאנץ ארץ ישראל, ובפרט דאך ווען ס'רעדט זיך וועגן ירושלים, וואס לא נתחלקה לשבטים עאכו כמה וכמה בנוגע צו בית-המקדש און קודש הקדשים, און בשעת ברכת כהנים זאל דאס זיין תוקף ומיד ממש, און דאס וואס מ'וועט איצטער מסיים-זיין כרגיל, מ'וועט געבן יעדערן א שליחות אין צדקה, מ'זאל נאכמערער צוהיילן און קירצער מאכן די לעצטע רגעים פון גלות, קירצער בכמות, אבער ליינגער באיכות, וואס יעדער רגע ווערט א מועט המחזיק את המרובה, דער היפך פון ברגע קטן שלא למעליותא ווערט דאס א רגע קטן, על דרך ווי מ'זאגט אויף א אידן אז זי הקטן גדול יהי'והקטן לאלף, זאל דאס זיין גלייך ובפועל ממש, נאך זייענדיק אין גלות, ובפרט נאך אין פארבונד מיט דעם ענין הצדקה, און גלייך נאך דערויף ארו עם ענני שמיא,
- proofread
- 0