פסקה
פסקה rh-pfthf4w9
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-f48zr09g
- order
- 6C
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס בחר ביעקב ובניו איז דאך אויך אין אן אופן ווי מ'נוצט דאס אויס אין התבוננות קודם התפילה, על אחת כמה וכמה פאר קריאת-שמע, ובניו וכרת מכל עם ולשון, כדי ס'זאל זיין דער כמים הפנים לפנים, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז ס'טרעפט נאך ביידע זאכן צוזאמען אין חודש ניסן, וואס ס'איז פארבונדן דערפאר בחר ביעקב ובניו, וואס דאס איז דאך אויך אן אויסנאם, ביז ווי בחירה שלמעלה איז דאך דאס ניט פארבונדן מיט קיינע סיבות ניט, מערניט ווי א בחירה אמיתית, וואס דאס באווייזט דאך נאך מערער אויף דעם תוקף הבחירה אשר בזה, און מ'זאגט, אז מ'גיט דאס, מ'דערמאנט וועגן דערויף, א אידן, בכל יום בתפילתו ובניו, בחרת מכל עם ולשון, נוסף אויף דערויף וואס מ'זאגט שוין אין ברכת השחר אז בחר בנו דערפאר נתן לנו את תורתו איז ער מוסיף אין דער ברכה פאר קריאת שמע, ובני בחרת מכל עם ולשון פרעגט דאך אויף דערויף די שאלה, ווי איז שייך זאגן א בחירה? ס'איז ממה נפשך, אויב ס'איז פארבונדן מיט עם ולשון איז ניט שייך דעמאלט די בחירה, דוקא ביי אידן, און אויב מ'זוכט און מ'וויל האבן ענינים וואס אידן פארמאגן איז זיך ניט שייך זאגן דעמאלט ובנו בחרת דאס איז דאך א גוי אחד אפילו ווי זיי געפינען זיך בארץ, איז ווי איז שייך צו אין דערויף זאגן דער ענין פון בחירה? וואס דאס פארענטפערט דאך דער אלטער רבי בספרו תניא קדישא, אז דאס איז מצד דעם גוף פון אידן, וואס בגופו איז ער דאך נדמע בחומריותו צו אומות העולם איז ער ובנו בחרת איז מדגיש, אז אפילו אין דעם גוף פון א אידן, און ווי דער גוף איז א גוף, ניט ווי ער טוט אלץ וואס דער נשמה וויל איז דאך דעמאלט אינו דומה צו עם ולשון, נאר אין די ענינים וואס דאס האט אן ענין לכאורה משותף מיט עם ולשון, במילא איז שייך זאגן אין דערויף דער ענין פון בחירה,
- proofread
- 0