עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

132 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1יעדער ענין בעולם האט דאך אין זיך צוויי תכונות כלליים ער איז אן ענין בפני עצמו, מיט זיינע פרטים וגדרים וגבולים, דערנאך האט ער נאך כמה ענינים צו וועלכע ער גלייכט זיך אויס מיט נאך ענינים, ביז וואנענט אז ס'איז דא א ריבוי ענינים בדומים לו,

2וואס על דרך זה איז אויך בכל פעולות האדם, ועל דרך זה אויך בכל מאורעות האדם, ועל דרך זה אויך בנוגע צו י'ט' כסלו,

3וואס י'ט' כסלו איז דאך דאס א טאג וואס רבבות מישראל קלאבן זיך צוזאמען מיטן תכלית אויף נאכמערער מוסיף זיין בתורה ומצוותי

4וואס אין דעם פרט גלייכט זיך אויס דער יום זכאי מיט א ריבוי פון יומים זכאים דערנאך איז דא אין יעדער יום זכאי דער ענין אין וועלכע ער איז מיוחד פון די אנדערע יומים זכאים על דרך ווי מ'געפינט דאס אין ג' רגלים וחגים,

5איז דאך דא דער ענין אין וועלכע זיי גלייכן זיך אויס, אז יעדערער פון זיי און אלע צוזאמען איז דאס דער סוג און דער ענין פון ”מועדים לשמחה”, דערנאך איז דא אין יעדער ”יום טוב בפני עצמו”, וואס דאס איז זמן חירותינו משא"כ די אנדערע צוויי ימים טובים בערך פון דעם חג, ועל דרך זה בנוגע צו זמן מתן תורתינו,

6ועל דרך זה בנוגע צו זמן שמחתינו.

7בשעת מ'קומט לערנען און אפלערנען, ביז ”המעשה הוא העיקר” למעשה בפועל איז דאך א זיכערע זאך אז מ'קען אפלערנען, און במילא דארף מען אפלערנען, סיי פון דעם פרט אין וועלכן ער איז א יחיד במינוי,

8סיי אין דעם פרט וואס ער איז א פרט ”בדומה לכמה וכמה” פרטים וענינים, און אט דא ווערט די שאלה, מה קדם לזה?

9נק אדם למי וויבאלד אז כאמור לעיל, על דרך ווי ס'שטייט אין הלכה, אז מ'קען ניט טראכטן צוויי מחשבות בבת אחת,

10אפילו אז מ'זאגט לשמה און שלא לשמה איז דאך ווי מ'זעט דאס בפועל, און ווי די גמרא ברענגט אראפ די דוגמא, אז פריער טראכט ער לשמה און דערנאך שלא לשמה אדער מיט א סדר הפוך,

11על דרך זה, ועל אחת כמה וכמה בנוגע למעשה, ועל דרך זה בנוגע צו א הוראה פון אפלערנען, וואס אין דערויף איז דאך דא כמה מאורעות און כמה זמנים,

12וואס מתאים לפי הזמן איז אמאל איז קדם דער ענין הכללי און דער לימוד הכללי שבזה, אדער דער ענין הפרטי ומיוחד שבזה,

13על דרך זה אויך בנוגע צו יט' כסלו.

14וואס די בחינה בזה איז, דארף מען אויך אנפרעגן בא דעם בעל הגאולה, וכאמור, וויבאלד אז ענינו איז געווען ”תורה אור” האט ער אויך געגעבן אויף דערויף די הוראה אין די מכתבים, ווי ער באשרייבט די עניני חג הגאולה.

15כמדובר לעיל, במכתבים כיוצא בזה, וואס בכללות איז וואס ער שרייבט, אז דאס איז די גאולה שלו, און די גאולה אויך פארבונדן מיט די הילולא פון דעם מגיד, וואס דאס איז געווען רבו,

16מיט די פרטים ווי ער רעכנט דארטן אויס, און כאמור לעיל פארבינדט ער דאס מיט דער גאנצער וועלט, ביז אפילו מיט בני-נח, וואס דאס איז דאך מדגיש דעם ענין הכללי.

17דערנאך איז דאך אויך דא, ווי אראפגעבראכט דערנאך, אין די מנהגים און די מכתבים וואס זיי זיינען ניט במיוחד פארבונדן מיט הוראות פון בעל הגאולה, נאר על דרך ווי דער מכתב וואס איז געדרוקט בסיום פון אגרת הקודש שלו,

18אז מ'איז פארבונדן דעם ”מנהג ישראל”, וואס ס'איז געווארן א מנהג נפוץ, איז דאס געווארן תורה היא אז מ'זאל דאס פארבינדן מיט א סיום השס, ועל דרך זה בהנוגע צו ענין הצדקה, וואס ”היא שעמדו לנו”, מיט נאך פרטים, כמבואר אין פארשידענע אגרות, אבער דאס איז ניט די אגרת הראשונה,

19והכללית בהנוגע לגאולה, נאר די אגרות שלאחרי זה, וואס דאס גופא איז מדגיש, אז לכתחילה קומט דער ענין והוראה הכללית, דערנאך אבער דארף מען אבער אויך געדענקען, אז דער זעלבער טאג האט אין זיך אויך דעם נתינת-כח און דער זירוז, בשאר הענינים, בפרט המפורטים,

20אין דעם אגרות שלו, מ'מוז דאך אבער אויך זאגן, אז זיי זיינען על כל פנים ברמז שטייען זיי אין די אגרת הראשונה שלו, ווארום דאס איז דאך אן אגרת כללית דארף זי דאך כולל זיין אין זיך די אלע פרטים הבאים שלאחרי זה, נאר כדי להדגיש וואס איז דער עיקר און וואס קומט לאחר זה?

21איז דער ענין שטייט בגלוי, און דער צווייטער ענין, אדער אנדערע ענינים, שטייען ברמז אדער בדרוש וכיוצא בזה.

22על דרך ווי מ'געפינט אין 'כללות ענין' התורה, אז ס'איז דא די ענינים וואס שטייען בגלוי, און דאס איז אן ענין שאפילו א צדוקה מודה בזה, דערנאך איז דא ענינים וואס שטייען ניט בגלוי,

23במילא לאזן זיי אויך אן ארט אויף א מחלוקת על כל פנים פון צדוקים, ועל דרך זה אויך ביז אין ענינים וואס ס'לאזן אן ארט אויף חילוקי דיעות אין קדושה, וכמדובר ומבואר אויך בהלכה,

24אז בשעת ס'קומט צוגיין איינער און קריקט-אפ אויף א דבר מפורש, איז זיין דיעה ווערט ניט נחשב לגמרי אין דעם ענין פון סנהדרין, בשעת אבער ער איז ניט מבטל ”כל הכתוב כולו” אדער ”כל המצוה כולה”,

25און מערניט דאס רעדט זיך וועגן א פרט ”בזה וכיוצא בזה” אט דעמאלט איז דא די מציאות פון ”אלו ואלו דברי אלקים חיים” און דאס הענגט-אפ לאחרי רבים להטיות.

26וואס אין דערויף גופא, כמדובר כמה פעמים, איז דאס פארבונדן אויך מיט א זמן גרמא, ווי מ'געפינט דאך אויך בפשטות, און ווי דערציילט אין גמרא כמה סיפורים ומוראות ומעשים בפועל, אז ס'איז געווען א זמן וואס ס'איז געווען די הלכה כדעת תנא פלוני,

27דערפאר וואס דער רוב האט געהאלטן מיט אים, און דערנאך איז געווארן עמדו למנין אין אין א זמן לאחרי זה, אין א זמן שונה, איז דעמאלט איז געווען עמדו למנין און ס'איז געווען דער רבים ניט אין דעם אופן,

28אט דעמאלט איז דאס געווארן דער ציווי על פי תורה, מיטן זעלבן גדר פון ”ככל אשר ירוחה” דארף זיין דער עשה און ”לא תעשו מכל” אשר ירוחה דער גדר פון ”מצות עשה און מצוות לא תעשה” מן התורה, כמדובר בארוכה אין די התוועדות שלאחרי זה.

29על דרך זה אויך פארשטאנדיק, אז ס'איז מוכרח צו זאגן, אז אין די אגרת הכללית והראשונה זיינען אויך נרמז די פרטי הדברים פארבונדן מיט יט' כסלו, אבער זיי שטייען מערניט ווי ברמז, דערפאר וואס זיי קומען לאחרי העיקר, וואס דאס שטייט בגלוי, על כל פנים מער בגלוי לגבי הענינים וואס שטייען ברמז.

30וואס כמדובר לעיל, אט דאס וואס מ'זעט אין די שפעטערדעקע אגרות, זעט מען דעם ענין הצדקה, ויהי שעמדה לנו און דער ענין התורה, וואס דאס איז דער ענין פון לחלק הש", ווי ער זאגט דארטן בפרטיות ווי אזוי מחלק זיין וכו,' און דער ענין התפילה,

31ווי ער פארבינדט דאס דארטן אין א צווייטער אגרת, אז דאס איז דער ענין פון ”פדה בשלום” הפרטית, בית התפילה, און אין דער אגרת גופא די אמירת אין תהלים פון תמניא אפה וואס דאס איז דאך אן ענין פון תפילה ”על כל פנים בערך” פון 'לימוד התורה' ופשטות.

32תהלים איז דאך א חלק פון כ ד ספרי קודש תורה, אף על פי כן בערך פון 'לימוד התורה' פון 'נוגעים ואהלות' ווערט דאס אנגערופן אז ”יהי' לרצון אמרי פי” און ווי ער זאגט אין מדרש תהלים, אז דוד האט זיך געבעטן און האט אויסגעפירט, אז ס'זאל זיין חשובים כנוגעים ואהלות וואס דארף מען דא האבן דעם ענין?

33דערפאר וואס תהלים איז דאס ”נעים זמירות ישראל”, וואס זמירות איז טאקע זמירות הי' לחוקך דאס איז אבער זמירות לגבי חוקך אם רפי והגרין לבי בערך פון 'נוגעים ועהלות'.

34וואס דאס איז, כאמור, ווי ס'שטייט אין די שפעטערטיקע אגרות, וואס ס'וועט אבער אויך שטיין, על כל פנים ברמז, אין די אגרת הכללית והראשונה, וואס דאס איז דאך געשריבן דארטן אז ס'איז געווען די גאולה פארבונדן מיט די אמירת פון ”פדה בשלום נפשי”,

35וואס תורה בפירושה ניתנה איז בשעת מ'האט געגעבן דעם פסוק ”פדה בשלום נפשי” זאגט דער רמב"ם בפשטות, אז מ'האט דאס געגעבן בפירושה, וואס דער פירוש פון ”פדה בשלום נפשי” איז,

36אז דאס איז ווי די גמרא זאגט אין מסכתא ברכות בתחילתה על ”כל העוסק בתורה ובגמילות חסדים” און מתפלל בציבור אויף דערויף גייט און דאס איז דער אפטייטש פון ”פדה בשלום נפשי כי ברבים היו עמדים”.

37אט דא האט מען דעם ענין כאמור דער ענין פון 'עוסק בתורה' דער ענין פון גמילות חסדים וואס דאס איז דער ענין הצדקה, און מתפלל אים הציבור וואס דאס איז דער ענין התפילה.

38אף על פי וואס לכאורה איז דאך דאס אן עבודה גדולה אלע דריי זאכן, און דאס קומט לאחרי זה ווי ער האט דעם עיקר'דיקן ענין, כמבואר באגרת הראשונה האט אבער א כלל תורה געגעבן בהנוגע צו זיך אליין,

39אז ”אינו מבקש אלא לפי” כוחם און בשעת מ'גיט א אידן א שליחות און א ציווי און א מצוה איז א דבר בטוח, ווארום אזוי זאגט ”תורת אמת”, אז מ'האט אים געגעבן די אלע כוחות וואס ער דארף האבן, אז דאס זאל ווערן לפי כוחם וואס מ'האט אים געגעבן פריער,

40און ווי ער זאגט אין מדרש מי יקדימני ואשלם, אז בשעת דער אויבערשטער האט געגעבן די מצוה מזוזה, איז מי נתן לו בית ער זאל דארטן מקיים-זיין מצוה מזוזה, האט אים דער אויבערשטער פריער געגעבן דעם בית, און דערנאך האט ער אים געגעבן די מצוה, אז ס'זאל זיין א מזוזה ביתך ועל דרך זה בנוגע לכל המצוות.

41דערנאך האט מען נאך אן ענין, אז בשעת ס'איז דא יגעת איז אט דעמאלט איז מצאת אז א איד, על ידי רצונו הטוב, קען ער אויפטאן און עפענען נייע צנרות און נייע כוחות בא זיך,

42וויבאלד אז ער האט מחליט געווען בא זיך, אז ער מוז דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס רצון, וואס דערוויילע האט ער נאך ניט גענוג געלט אויף געבן אזויפיל צדקה וויפל ער האט מבטיח געווען צו געבן, און וויפל ער האט בא זיך מחליט געווען נאך מערער וויפל ער האט מבטיח געווען,

43איז בשעת דער אויבערשטער זעט אז ער האט א 'מחשבה טובה' אויף געבן כמה פעמים ככה בערך פון יכלתי עתה זאגט מען בתורת אמת, וואס זי איז אויך תורת חיים, יראה בחיים, אז בשעת דער אויבערשטער זעט אז ער האט א 'מחשבה טובה' איז הקב"ה מצפה למעשה,

44שטעלט ער אים צו אן אופן דאס ער זאל באקומען ן ענין פון א מעשה, און דאס ווערט דעמאלט נוסף וו ס ער ט די מעשה טער אויך דעם צירוף פון דער מעשה מיט די מחשבה,

45ז ס'איז ניט דער פשט, ז פאר דער מחשבה ווערט ד ס גערעכנט ווי זיינע, דערפ רוו ס ער ט ד ס געטר כט, משא"כ די מעשה טובה וו ס הקב רה מצרפה, איז דאס ענינים של הקב"ה?

46זאגט מען, ניין, אז דער הקב"ה איז מצרפה למעשה און דאס ווערט באקומט דעם שכר סיי פאר דעם מעשה און סיי פאר דער מחשבה, וואס אט דעמאלט האט ער דאך א מצוה שלימה, וואס דאס איז דאך דוקא אז ס'איז דא א מצוה מיט איר כוונה, וואס א מצוה וכוונת איז דאך דאס ווי א גוף און א נשמה,

47על דרך זה בלשון מאמר הזל זה מחשבה און מעשה, ועל דרך זה ווי דאס איז בנוגע לצדקה איז דאס אויך בנוגע צו ”כל העסק בתורה”, אז ער איז מחליט אז וויפל ער האט געלערנט און געהאט שיעורים בתורה ביז יו ט' כסלו,

48וויבאלד אבער אז ס'קומט א יום זכאי און מ'זאגט אים אן, אז דער אלטער רבי איז יצא לגאולה און יצא לגאולה אין אן אופן, אז כל השרים ועמי הארץ האבן געזען די גאולה און האבן מיטגעהאלפן אין דעם איז א זיכערע זאך, אז ניט מ'באווייזט אים סתם א סיפור יפה, נאר דאס ווערט פאר אים א נתינת כח,

49אז אף על פי אז א יום לפני זה, אדער א רגע לפני זה, האט ער נאך ניט געהאט קיין מעגלעכקייט ער זאל לערנען תורה מערער ווי ער האט געלערנט ביז דעמאלט, מערניט ווי אט די שיעורים וואס ער האט געהאט ברגע לפני זה, האט א איד בכח, דורך דערויף וואס ער איז מחליט במחשבה טובה,

50אז דער אויבערשטער איז אים מצרף, אורך חייו באופן כזה, אז ביי אים זאל ניתוסף ווערן זמן פנוי, וויבאלד אז ער איז מחליט אז יהי' מה שיהי ער מוז מוסיף זיין אין די ”עוסק בתורה שלו” קומט דאס אראפ בפועל און ער איז ממלא החלטתו הטובה, און ממלא מתוך הרחבה ומתוך שמחה וטוב לבב,

51ווי כל עניני תורה ומצוותי' וואס דארפן דאך זיין דוקא מתוך הרחבה ומתוך שמחה וטוב לבב, כמפורש בכתוב.

52על דרך זה אויך 'בגמילות חסדים', כאמור לעיל, און מתפלל אים הציבור, אז אפילו אז אים ווייזט זיך אויס, אז כדי ער זאל קענען מתפלל זיין אים א ציבור,

53קען ער דאס בשום אופן ניט אויספירן, דערפאר וואס ער דארף האבן א סך געלט אויף צדקה וכיוצא בזה, מוז ער זיין עסוק במסחרו ועסוקה וכו קען ער דאוונען, א זיכערע זאך אז ער דאוונט, אבער אים הציבור האט ער קיין מעגלעכקייט ניט להתפלל אים הציבור און מוז דאווענען ביחיד,

54און איז יוצא דעם התפלל אים הציבור מיטן פירוש הידוע, אז ער קלייבט צוזאמען דעם ציבור פון אלע זיינע עשר כחות נפשיים, און זיי אלע צוזאמען זיינען זיך משתתף אין דער תפילה שלו, אין אן אופן פון 'כל עצמותי תאמרנה' וואס דאס איז דאך ווי דער 'מנהג ישראל' בעת התפילה איז שוין געבראכט אין כוזרי,

55און אין זהר אז זיי זיינען זיך מתנענע בשעת 'לימוד התורה' ובשעת התפילה, איז ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות.

56על דרך זה קומט דאס אויך אראפ אין די אלע דריי ענינים, אז הקב"ה מצרפו ביז אין אן אופן אז ס'ווערט נברא מחדש, במילא אפילו אז רבי האט אים גע'פסק'נט מיט א טאג פאר דערויף,

57אז ער איז על-פי שולחן-ערוך מחוייב מיט קביעות-עיתים בתורה עד כאן, דערנאך קען ער זיך פארנעמען מיט ”הנהג בהם מנהג דרך ארץ” ועל דרך זה בהנוגע צו מתפלל ועל דרך זה בהנוגע צו נתינת צדקה,

58זאגט מען, אז א איד האט דער אויבערשטער אין אים אריינגעגעבן, אז ס'זאל זיין ”בכל מודך למעלה” ממדידה והגבלה שלו, וואס דאס ”תורת אמת” רופט דאס אן, אז דאס איז מודך דאס איז זיין מדידה והגבלה אמיתית,

59איז דאס אבער אלץ אויף מעמד ומצב, איידער ער איז זיך מתבונן אין ”ואהבת את הוי' אלקיך” און בשעת ער איז זיך מתבונן כדרוש אט דעמאלט ווערט ער אויפגעהויבן דורך ”בכל לבבך ובכל נפשך ווכל מאדך” ווערט ער אויפגעהויבן העכער מכל מדידה והגבלה, אפילו מדידה והגבלה על פי תורה,

60וואס און א רב האט אים אזוי גע'פסק'נט, אז ער איז יוצא מצות צדקה אין מן המובחן ווען ער גיט א חומש, ווארום אזוי שטייט אין שולחן-ערוך אז דאס איז מן המובחן, ועל דרך זה אין קביעות-עיתים לתורה,

61ועל דרך זה ”אין מתפלל אין” א ציבור אין קביעות-עיתים בתפילה, אין אן אופן אז דא זאל ווערן א קביעות בנפשו, אז בשעת ער דאוונט איז די גאנצע וועלט ניטא ביי אים, ס'איז מערניט וואס ער איז עומד ”כעבדא קמי מרי” ”קומד לפני המלך”.

62וואס דעמאלט פארשטייט ער דאך בפשטות, אז בשעת ער שטייט לפני המלך סתם, על אחת כמה וכמה ”לפני מלך מלכי המלכים הקב וש ברוך הוא”,

63איז אויב נאר ער איז נארמאל וועט ער דעמאלט ניט טראכטן וואס ס'טוט זיך ביי אים אין חנותו אדער אין עסקה וכו,' און נאך מערער, ער ווייס, אז אויב דער מלך וועט באמערקן אז ער שטייט לפני המלך, און בשעת מעשה איז ער צו טראגן וואס ס'טוט זיך ביי אים אין געשעפט קען דאס אים רחמנא ליצלן אנרירן אין דעם חוב וחסד וואס דער מלך גיט אים,

64און פון דעם מלך באקומט ער דאך אויך די כל הכוחות אז די מדינה זאל זיין בשלום, והוא וחייו בפרט ובני-ביתו זאלן זיין בשלום ומתוך הרחבה איז דאס דוקא א סגולה, אז דערנאך זאל ער האבן בני חיי ומזוני רויחא,

65אז בשעת ער שטייט לפני המלך איז כל עניני זיינען ”כעבדא קמי מרי” וואס על דרך זה איז אויך נאך דעם מאמר המוסגר דער לימוד בהנוגע צו די ענינים וואס מ'האט זיך איינגעפירט כמוזכר לעיל בי'ט'כתב ס'זאל זיין א סיום בשעת,

66ועל דרך זה אויך החלטות טובות בהנוגע לצדקה, איז אויך אין דערויף געקומען א טענה אדער ווי דאס אנצורף מיט אן איידעלן נשים, אז וואס איז דער ענין אז בשעת ס'קלייבן זיך צוזאמען אידן וואס ”אין דעותיהן שוות”, און זיינען אויך ניט שוה אין דעם ענין פון 'לימוד התורה',

67על אחת כמה וכמה אז ס'אין דעותיהן שוות בנוגע צו דיוק אין פרטי 'מאמרי רז"ל' אדער פרטי הלכות וכיוצא בזה, במילא, אז מ'מאכט א סיום און מ'לאזט זיך אריין אין די דיוקים פון פרטי המאמרים איז דא אזוינע וואס בא זיי ווערט פארלארן כללות מאמר הזה,

68אפילו זיי האבן אים געוואוסט פון פריער, עאכו"כ אויב זיי הויבן אן פון ידיעות הפרטים קומען זיי גאר ניט צו כללות המאמר, וכמדובר בנוגע צו פרטים ווי דיוקים פרטיים, סיי אין הלכה סיי אין אגדה סיי אין פסוקים, אין תורה-שבכתב איז א חילוק ”מן הקצה אל הקצה”.

69משא' כן בנוגע צו הלכה איז דאך תורה והוראה אחת לכולנה כללות ההלכה איז די זעלבע פאר יעדערן, וואס דערפאר איז בשעת ס'איז דא א התוועדות פון א חוג מסויים וואס דעמאלט קען מען דאך צופאסן צו דער 'הבנה והשגה' פון דעם חוג מסויים,

70וויבאלד אז זיי זיינען אלע מאור אחד ובאופן כזה רעדן דעם סיום אדער די התחלה וכיוצא בזה, בשעת מ'איז זיך משתדל און אזוי איז דאס בפועל, אז מ'קומט מכמה סוגים ”ברבים היו עמדי” אט דעמאלט איז די טענה אז מ'דארף רעדן וועגן כללות הענין,

71בפרט נאך אז מ'האט שוין גערעדט בנוגע צו פרטיות הענינים כמה וכמה פעמים בדיוקים שונים, און שוין אויך אפגעדרוקט, במילא אט די וואס זיי ווילן אויך וויסן וואס איז ”לפי עניות דעתי” בביאור פון די פרטים זאגט מען אים, אז אט איז דא דער ענין געשריבן אדער געדרוקט,

72און אויב דו ווילסט קענסט דאס איינקוקן אין מתוך מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, בשעת מ'וועט אים ניט שטוקן וכיוצא בזה, און ער וועט זיך ניט דארפן גרייטן צו זינגען א ניגון שמח פארבונדן מיט ט' כסלו לאחרי ווי מ'האט מיט אים גערעדט וועגן אט דעם ענין.

73וואס דערפאר אויך ס'איז דאך אויך רגיל בזמן האחרון, אז מ'פארבינדט יעדער התוועדות מיט א שיעור אין רמב"ם, עאכו"כ די התוועדות פון י ט' כסלו, כמדובר לעיל, מיט א סיום אין שס, צוזאמען מיט חלוקת השס מחדש, עד י ט' כסלו הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה,

74ועל דרך זה אויך ווי נשיא דורנו האט קובע געווען, אז פון י ט' כסלו ביז י ט' כסלו הבעל, זאל יעדערער נעמען אויף זיך טאקע בלי נדר זאל אבער זיין די מעשה בפועל און אפלערנען דעם תניא לידי חלוקה וואו נשיא דורנו האט געמאכט אין תניא,

75באופן אז מ'הויבט דאס אן מחדש בי'ט'כסלו, וואס די התחלה מחדש איז דאך פארבונדן מיט דעם סיום וואס קומט בסמיכות לזה, און אין דערויף אויך בנוגע צו כללות הענינים.

76אין תניא עצמו איז דאך דא א ריבוי פרטים און אויך דיוקים, סיי אין דעם סיום און סיי אין די התחלה, און דערנאך איז דא דער כללות הענין.

77וואס בנוגע צו סיום השעס, כמדובר כמה פעמים, איז דאך דא אין דערויף מנהגות חלוקות, אז ס'איז דאך דא וואס מ'מאכט א סיום השעס אויף די מסכתות וואס האבן אויף זיך גמרא,

78במילא הויבט זיך דאס אן פון ברכות און ס'ענדיקט זיך מיט מסכתא נידור.

79דערנאך איז צוגעקומען, ובמיוחד בדורות האחרונות, אז מ'איז אויך כולל אט די מסכתות וואס האבן ניט קיין גמרא, ס'איז אבער דא די משנה, וואס דעמאלט איז די התחלה אין ברכות, און ס'ענדיקט זיך מיט מסכתא עוקצין, מיט די משנה אחרונה שבו.

80דערנאך איז צוגעקומען אויך אין די דורות שלאחרי זה, אויך סיום טאקע אין שס אבער ווי דאס איז אין ירושלמי, און דערנאך אויך, כמדובר, בדורות האחרונים,

81דורך נשיא דורנו דער ”סיום והתחלה אין” תניא, ובשנים הכי אחרונות, ווי דאס איז פארבונדן מיטן רמב"ם.

82מ'זעט אבער בפשטות ובסדר הדורות, ובפרט ווי ס'שטייט בפירוש אין די אגרת, האמורה פון דעם בעל הגאולה רעדט זיך דארטן וועגן חלוקת השעת ווי ס'איז געווען בימיו,

83און דערנאך איז דאס ממשיך געווען אין די ענינים ובית הכנסיות ווי ער ברענגט אראפ באגרת זו, וואס דאס איז געווען דער סיום השעת ווי ס'הויבט זיך אן פון ברכות און ענטפערט זיך מיט מסכתא נדה.

84וואס לכל לראש, ובכללות הענינים, זעט מען דא דער ענין פון נעוץ סופן בתחילתן און ”נעוץ תחילתן בסופן” וואס במיוחד איז דאך דאס מודגש בשעת מ'הויבט אן פון דאסניי און בשעת מ'מאכט א סיום.

85וואס די התחלה פון מסכתא ברכות, וואס דאס איז די ערשטע מסכתא, און אין איר גופא איז די התחלה איז דאך מימת היכורן את שמי בערבית און דער סיום איז, מ”תנו דבי אליהו כל השיני הלכות בכל יום איז מובטח לוי שהוא בן עולם הבא שנאמר הליכות עולם לו אז תקרי הליכות אלא הלכות”.

86וואס אט דא האט מען גלייך דעם פארבונד מיט דער תחילה מיטן סוף, ווי דער רמב"ם ברענגט אראפ בספרו, וואס דאס איז א ספר 'הלכות הלכות' און בסיום וחותם פון הלכות חנוכה, וואס דאס קומט דאך בסמיכות צו י'ט'כסלו, אין די שבעת ימים שבתוכם,

87און מ'איז מבואר במארוכה אין די דרושי חנוכה און י'ט'כסלו, די שייכות שביניהם, ברענגט ער דאך דארט אראפ, אז ”כל התורה כולה לא ניתנה” אלא לעשות שלום בעולם וואס ענין התורה איז דאך דאס, ווען תורה קומט אראפ אין אן אופן של שלום וואו איז דא שלום בתורה בהדגשה?

88בשעת מ'קריגט ארויס דעם ענין פון הלכה בפועל, שיינע הלכות, ווארום פריער איז דא מלחמת של תורה ס'איז טאקע תורה שלום ביחד עם זה אין תורה עצמה איז דא דער זמן און דער לימוד אין אן אופן פון מלחמת של תורה נאר וואס דען?

89דערנאך האט מען ”את והויב בסופה”, וואס אף על פי בשעת די שקלא-וטריא איז אט דעמאלט עולה מתירין און דערנאך איז דא אזוינע וואס זאגן פארקערט, ועל דרך זה עולה מטרין אדער עולה מכשירין ביז וואנענט אז דאס ווערט א מלחמתו של תורה,

90ביז וואנענט אז ס'קען גאר זיין ווי די מלחמה פון תלמידי-חכמים שבבבל, ווי די גמרא זאגט גאר אז ס'איז געווען א היפך פון דרכי נועם, אף על פי וואס דאס איז געווען מלחמתו של תורה וכוונתן לשמים,

91און יעדערער פון זיי האט געזוכט און האט זיך משתדל געווען דערגרייכן צו וויסן רצון השם קומען אז ”שמעתתא אליבא דהלכתא” און צו לאסוקי ”שמעתתא אליבא דהלכתא” וואס דערצו דארף מען האבן אז ס'איז יעתא דשמיא, ווי די גמרא זאה, וואס דאס איז דאך דער אויבערשטער וואס שמו של הקב".השלום.

92וואס דאס איז דאך די מעלה פון הלכות, און דאס איז דער דיוק ”דוקא שאינע הלכות” בכל יום, כמבואר אויך אין אחרונים און אין פוסקים בכלל,

93אז וועמען איז מען יוצא דעם ענין פון ”כל השיני הלכות בכל יום” איז דאס לכל הדעות דוקא ווען ער לערנט הלכות, ניט ענינים וואס זיי זיינען בשקלא וטריא, ס'איז ניטא קיין פסק-דין ברור, אף על פי וואס ”אלו ואלו דברי אלקים חיים”.

94און דאס דארף ווערן ”הליכות עולם”, כאמור לעיל ווי דער רמב ם ברענגט, אז תורה איז ניתנה לעשות שלום און וואו מאכן דעם שלום?

95אין עולם אז דאס זאל ווערן די ”הליכות עולם”.

96און דאס איז דאך אויך דער קשר פון ”מימות הקורין את שמע בערבית”, וואס כידוע דער רמז בזה, אז אפילו ווען דאס איז ערבית, אז ס'איז ניט מאיר דער ענין פון אור השם בגלוי, דארף אויך זיין דער 'קורין את שמע' און אין וואס באשטייט דער ענין פון שמע?

97אז ס'דארף זיין דער אחדות און דער שלום פון אלע זיינע אברים, וואס דערפאר איז דאך דא די הגבלות בהנוגע צו קריאת-שמע, אז ס'טאר ניט זיין לירמות בעיניו ולא מצמות בידיו באצבעו מיט אלע ענינים, ובפרט נאך דער פסוק ראשון, וואס דאס איז דאך דער עיקר השאלה והפסק-דין,

98מימת הקורין את שמ ה גייט דאך דאס אויפן פסוק ראשון של קריאת-שמע, און מ'זאגט אויך אין קריאת שמע גופא, אז פון שמע ישראל דארף דאס אראפברענגען אז דאס זאל אראפקומען ביז לבניך און דאס זאל אראפקומען א מזוזה ביתך ובישעריך אז דאס קומט אויך אראפ בכל נכסו האדם,

99און אין דעם אדם גופא מאכט דאס א שלום צווישן לבבך שני יצריך אז ביידע און שטייען אין מעמד ומצב פון ”ואהבת את הוי' אלקיך” דערפאר וואס ס'ווערט אויס מלחמת ביניהם,

100ואדרבא ס'זיינען ביידע עובד ואוהב את הוי ביז אין אן אופן אז דאס קומט אראפ ”בכל מאדך” דער 'תכלית השלימות' אין עבודת השם, וואס עבודת השם איז דאך ווי דער רמב"ם פסק'נט אין סוף הלכות תשובה אין פרק עשירי שלו, אז דאס איז דער ענין פון ”אברהם אוהבי” דער ענין פון 'לימוד התורה' מפני אהבת ה.'

101וואס דאס איז דער ענין פון קריא השמע, וואס גלייך נאך פסוק ראשון, וואס דאס איז דער עיקר, אז כיוון דאמליכתא בד' רוחות ו”בז' רקיעים וארץ” אט דאס איז געווען די קריאת-שמע פון רבינו, און דאס ווערט דערנאך א דין אראפגעבראכט אין תורה שבעל פה, אין פירוש התורה שבכתב,

102קומט דאס אבער דערנאך אראפ לאחרי הלימוד ווי ס'איז געווען בא רבינו הקדוש, אין ”בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מודך” ביז אין מזוזה ביתך ואשאריך, וואס דאס איז אויך כאמור דער נעוץ סופן בתחילתן ותחילתן בסופן אז דער ענין פון מאימא סייקור נשמע בערבים,

103און דאס איז משקנים ”נכנסים לחל בתרומתם” וואס דאס איז גלייך די ערשטע דיעה.

104וואס דא איז דאך אויך דער איחוד, אז מ'נעמט א כהן טמאו, וואס ביי אים איז דאך טומאו מער נוגע ווי דאס איז נוגע ביי א לוי, עאכו"כ ביי ישראל וגויים,

105ווי דער רמב"ם פסק'נט אפ, אז כל ישראל זיינען מוטרים בנוגע אויף עשה לחל כוליהם אין היפך פון ענין הטהר מערניט ווען ס'קומט-צו רגל,

106מערניט ווען ס'קומט-צו ענינים וו ס לחל בטרומתו, און ד ז גט מען, ז מ'ה ט מ י ות, ון י מ י ות באשטימט ווי זוי ס'ז ל זיין דער קורא נשמע בערבית.

107וו ס פ ר מ י ות איז ס?

108דוקא י וו ס רט יז נוגע דער ענין דער היפך פון טהרה, און וואס טוט ער?

109איז ער דאס מהפך להפכו צו 'תכלית השלימות' אין טהרה, וואס איז פריער געווען היפך הטהרה, איז דאס מהפך לתכלית השלימות בתהרה,

110ווי מ'זעט דאך אז ”אחת בשנה ביום הכיפורים” איז די עבודה פון דעם אחת פון צווישן אידן, וואס דאס איז דער כהן גדול איז דאס אן עבודה הכי חשובה, וואס דערפאר דארף זי דאך האבן א הכנה גדולה, כמוזכר כמה פעמים, אז א דבר חשוב דוקא דעמאלט דארף ער האבן א הכנה,

111וואס דערפאר איז דאך א סעודה של חול דארף ניט האבן קיין הכנה, משא' כן א סעודה של שבת, על דרך זה אויך דער אחת פון אידן, וואס דאס איז א כהן גדול,

112און ”אחת בשנה” וואס דאס איז יום הכיפורים, און וואס דעמאלט איז עבודת היום בקודש הקדשים, אין אחת במקום דוקא על ידי כהן גדול איז האט דאס א הכנה שבעה ימים, וואס דאס איז דאך כולל כל ימי השבוע, און אין וואס באשטייט די הכנה?

113אז ”מ'טעמין את הכהן” און דערנאך איז מען אים מטהרין, און דוקא דורך דערויף איז מען מבטל א דיעה נפסדות אין תורה, וואס דאס איז דאך דער טעם פארוואס ”מטמין את הכהן” גדול, און בכמה ימים לפני זה כדי דערנאך זאל זיין דער יום הכיפורים בשלימות.

114וואס דורך דערויף ברענגט מען אריין א שלום און א התאחדות צווישן אלע אידן מיט יעדער אידן און מיט 'כלל ישראל'.

115וואס דאס איז דאך אויך כידוע וואס ס'שטייט אין אחרונים, וואס דא איז דער לשון מימתי קורא נשמע בערבין אין א 'לשון יחיד', דערפאר וואס אט דאס איז דער אויסגעטיילטקייט פון קריאת-שמע אז דאס דארף מען אליין טאן, און דאס איז אן ענין של יחיד און א מצוה בו בעצמו וכו' וכו מיט די אריכות הביאור בזה.

116בפרט נאך לויט דעם פירוש הידוע דערמאנט אין פריערדיקע התוועדות, אז בשעת דער אלטער רבי האט געלערנט מיטן מגיד מיטן נגיד זו און מיטן ר' אברהם המלאך,

117וואס ער האט מיט אים געלערנט נגלה, און ר' אברהם המלאך האט דעמאלט געלערנט מיט אים תורת החסידות, האט מען אנגעהויבן דעם לימוד על הסדר, כמוזכר לעיל, פון מסכתא ברכות און פון דער ערשטער משנה, וואס דער אלטער רבי געטייטשט ווי בפירוש הפשוט, וואס דאס איז דאך נוגע להלכה, וואס משנה איז דאך ”ענינה לשון צחו” וברורה,

118הלכות שבתורה, האט ער במילא געמוזט טייטשטן מאמרתי א קביעות אין זמן א רגע אין זמן, און גלייך איז נתגלה געווארן און מפרש געווען ר' אברהם עמלך דעם פירוש על פי 'פנימיות התורה',

119אז מאמרתי איז דאס מלשון מה ”כאן באימה וביראה וברתת ובזיע” וואס דאס שטייט דאך אויף ”כל התורה כולה”, על אחת כמה וכמה אין תורה גופא דער ענין פון קריאת-שמע, וואס ווי ער זאגט אין ירושלמי, אויך אין ברכות, איז דער ענין פון קריאת-שמע אן ענין אויך אין 'לימוד התורה',

120מיט אלע פרטים, ווי דאס קומט נאך אראפ אין הלכה בפועל, וואס דאס דארף דאך זיין ”באימה וביראה וברתת” ובזיון מאימא אתי דערנאך קומט דאס אראפ אין 'זמן ומקום',

121אין זמן מאימעסיי פון ושש הנתונים נכנסים ביז ”להרחיק את האדם מן העבירה”, דער סיום פון דער משנה, דערנאך קומט דאס אויך אראפ בעולם,

122כמדובר לעיל, אז ס'ווערט א ”שונה הלכות בכל יום”, אין זמן און דאס קומט אראפ אין ”הליכות עולם”, ער איז דאס נמשך אין דעם עולם, אז ס'ווערט אן עולם בשלימותו, נאך קודם ביאת משיח,

123ווערט שוין דעמאלט א הכנה לזה אין אן אופן אז ”והיו מלכים אומניך ושרותיה” מניקותיך אז מ'שטערט ניט אידן אין 'לימוד התורה' וקיום מצוותי ואדרבא מ'איז זיי מסייע בזה,

124וואס דאס איז דאך דער תכלית און דער ביאור פון די יעודים גשמיים שבתורה, וואס דער רמב"ם איז דאך מבאר פארווי קומט דאס אז תורה איז מאריך, ובאריכות הכי גדולה,

125בייעודים גשמיים דערפאר וואס א איד מאכט פון די יעודים גשמיים ענינים שברוחניות, ער מאכט און דאס קומט על ידיהם קומט צו אין 'לימוד התורה' וקיום מצוותי וואס דאס איז דער תכלית הרוחניות.

126און דאס ווערט אויך א הקדמה קרובה און א הכנה קרובה, און קרובה ביז אין אן אופן בעגלא דידן ממש, אז ”טועמי' חיים זכו” אין אלף הששי אין ערב שבת לאחרי חצות איז מען טועם פון די אלע ענינים, אנהויבנדיק פון יפוצו מעיינותיך חוצה און דאס היילט נאך מערער צו ווי דער רמב אים איז מסיים,

127אז בזמן ההוא וועט ניט זיין קיינע ענינים וואס קענען שטערן אידן, ביז וואנענט אז דער כל עוסק פון אידן, ביז אפילו פון כל העולם,

128על אחת כמה וכמה פון בני ישראל, איז דער עוסק מערניט ”להסיג דעת בוראם”, און אין אן אופן שנאמר 'ומלאה הארץ' די גאנצע וועלט,

129”דעה את הוי' כעמים לים מכסים”, בביאת משיח צדקנו, וואס דאס איז דאך דער אפטייטש פון בזמן ההוא ווערט פון בזמן ההוא ”בזמן הזה מראה באצבעו ואומר” זה אז דאס איז קוינו לו כל היום, איז קומט דאס בפועל אחכה לו בכל יום שיבוא ביום זה ממש.

130און דאס ברענגט גלייך דערהן אלקינו זה אז ”הקב"ה הושה מחול לצדיקים בגן עדן” און ערשט זיצט באמצע, און יעדער צדיק, ”ועמך כולם צדיקים”, ”מראה באצבעו ואומר זה” און צוויי מאל זה,

131”הנה אלקינו זה קוינו לו וישיאנו זה הוי' קוינו לו” יגאל בשיענו, במהרה בימינו ממש בעגלא דידן.

132לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions