עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

58 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ט", ער ליום יו כסלו תחשין מימא ס'איז

2דאך א התוועדות פארבונדן מיט יום הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן, דעם אלעם מקום פון דעם אלטן רבי'ן, וואס אויך זיין יום הגאולה איז אין דעם זעלבן חודש, יו ת כסלו, און דער יום הגאולה איז ”ביום העשירי, עשירי” יהי' קודש, אין דעם זעלבן חודש.

3וואס דערפאר איז דאך אויך אנגענומען בא חסידים אנצורופן דעם חודש בשם חודש הגאולה, על שם פון דעם טאג וואס דער רבי נשיא דורנו רופט אים אן 'חג החגים' י' טס כסלו, און אויך לאחרי זה די גאולה וואס איז געווען בעשירי בכסלו, די גאולה פון בנו ממלאי מקומו.

4וכמדובר כמה פעמים, אז יעדער ענין וואס איז פארבונדן מיט תורה, מיט דעם לשון הוראה ווי ער זאגט אין זהר, איז דארף אין דערויף זיין א הוראה, ו”המעשה הוא העיקר”, ביז א הוראה במעשה בפועל, בא דעם וואס ווייס וועגן דעם ענין, וואס דעמאלט איז דאך לויט תורת הבעל שם טוב,

5אז א איד זעט א זאך, אדער הערט א זאך, דארף ער דערפון ארויסנעמען א הוראה, א ענין וואס איז פארבונדן מיט עבודתו לה וואס דאס איז דאך תכלית הבריאה שלו,

6”אני נבראתי לשמש את קוני”, און וויבאלד אז תורה זאגט אויך די הוראה אז ”המעשה הוא העיקר” דארף דערפון ארויסקומען א הוראה בפועל.

7און וויבאלד אז ס'איז דאך כל יומא ויומא עביד עבידתי אז יעדער טאג האט זיך זיין באזונדער פעולה, וואס אין דערויף איז דאך אויך א רמז, נוסף אויפן פירוש הפשוט אין דעם דברי הזהר, אז דאס גייט אויף די ששת ימי בראשית, אדער שבעת ימי בראשית,

8וואס יעדער טאג איז געווען עביד עבידתי א בריאה און אן עשי' בפועל, אן אנדערע ווי ס'איז געווען ביום ראשון ווי ביום שני, אנדערש ביום שני ווי ביום שלישי וכיו' בזה,

9האט דאך דאס אויך דעם רמז, אז יעדער טאג איז עביד עבידתי' טוט ער, דארף ער אויפטאן די פעולה, אז בא יעדער אידן, אז ס'קומט א נייער טאג, קומט בא אים אויך אן עביד עבידתי, א נייע עבודה וואס איז פארבונדן מיט דעם טאג.

10וואס דאס איז דאך אויך ווי חסידות איז מבאר בארוכה דעם חילוק פון תפילה און תורה, וואס תורה איז דער ענין ווי ער זאגט אין זהר ”לאפשה לה” אז מ'זאל מרבה זיין מזמן לזמן, ביז וואנענט ווי דער דין איז אין הלכות תלמוד תורה,

11אז דער וואס קען מחדש זיין אין תורה איז ער ניט יוצא אין זיין חיוב פון 'לימוד התורה' דערמיט וואס ער חזר"ט איבער אט דאס וואס ער האט געלערנט פריער,

12אע"פ וואס אויף דערויף איז ער אויך מחוייב בברכת התורה, אפילו מערניט ווי ער חזר"ט איבער הישנות, און אפילו אז דאס איז ניט די מאה פעמים דעם הונדערטן מאל ”אפילו מאיר ואחת”, וואס דאס איז דאך כולל די אלע מאלן וואס ער לערנט דעם זעלבן ענין לאחרי המאה פעמים,

13טאר ער דאס אויך ניט לערנען סיידן ס'איז דא ”לפני זה ברכה בתורה תחילה”, ברכת התורה, אעפ"פ דעם חיוב פון דער מצוה איז ער מקיים וויבאלד אז בכחו לחדש מוז ער ”לאפשו לה” מוסיף זיין בתורה.

14וואס דאס איז דאך אויך דער עביד עבידתי אין ענין התורה, דארף זיין דער ענין ההוספה, און מ'געפינט אין דעם זעלבן ענין וואס ס'איז דאך אויך איינע פון די ציוויי התורה, וואס דאס איז דאך עבודת התפילה, מצות התפילה, איז דארטן איז דער נוסח התפילה מיום ליום איז דאס דער זעלבער,

15ס'איז מערניט וואס ס'איז דא שינויים בנוגע צו שירה של יום וכיוצא בזה, דער עיקר ענין התפילה, וואס דאס איז דאך שמונה עשרו איז דאך דאס דער נוסח שוה,

16ועד כדי כך, ווי דער רמב"ם איז מבאר בארוכה אין התחלה פון הלכות תפילה, אז אע' פי וואס מצות התפילה איז געווען מתחילה אז יעדערער האט זיך מתפלל געווען בנוסח שלו,

17ווי בא אים איז אויסגעקומען מיט זיינע ווערטער און מיט זיין סגנון וכיו", איז דערנאך האבן ”אנשי כנסת הגדולה מתקן” געווען א נוסח קבוע לכל אחד ואחד על כל הדורות כולם, ווי מ'זעט דאס אויך בפועל.

18ביז וואנענט, אז אפילו אז ס'איז דאך דא דער נהרי נהר הוא פשטו ובלשון הידוע די צוועלף שערים אין תפילה, וואס דאס איז צוועלף באזונדערע נוסחאות, און דערנאך קומט דאך אויך דער 'שער הכולל' דער דרייצנטער נוסח, ”כמבואר בכתבי האריז"ל”,

19איז דאך דאס אלץ חילוקים אין פרטים, אבער דער נוסח העיקרי און דער נוסח הכולל איז דאך כולם בשוה.

20וואס דאס איז דאך לכאורה פונקט דער היפך, פונקט אזוי ווי ווי אין תורה איז דער חיוב ”לאפשו לה”, מוסיף זיין, אזוי איז דער חיוב אין תפילה, ווי דער רמב"ם באווארנט דארטן, אז כדי ס'זאל ניט זיין קיין נלגיא לשון, ס'זאל ניט זיין קיין כשלון חס ושלום אין אמירתו בתפילה, איז דערפאר דארף מען אויף זיך האבן דוקא דעם נוסח קבוע,

21און מ'איז אין דערויף מבאר, אז אין ענין התפילה איז דאך נוגע דאס וואס ס'טוט זיך אויף עיידי התפילה אין בירור ענינים,

22בדוגמא ווי בפשטות איז דאך ענין התפילה וואס ער איז מבקש צרכיו, וואס דאס איז דאך דער תוכן מצות עשה מן התורה להתפלל, אז טאמער דארף ער האבן עפעס א ענין איז בעטער אויף דערויף דעם אויבערשטן, מ'דארף אבער האבן בהקדמה לזה דער שבחו של מקום,

23וואס דאס איז די ג' ראשונות, און דערנאך איז ער מבקש צרכיו, און דערנאך איז ער נותן תודה.

24איז דאך וויבאלד אז ער איז ”מבקש צרכיו אין” דער תפילה, איז דאך די צרכים זיינען צרכים חדשים, איז דערפאר איז ניט אזוי נוגע וואס דער נוסח שבדיבור איז דער זעלבער,

25וויבאלד אז דער דיבור קומט צוליב דעם בירור, אדער ווי בלשון בפשטות, כדי ער זאל באקומען ז' נצרכים איז דאס ניט דער זעלבער לחם ”לחם לחל ובגיד ללוויש” וואס ער עסט ביום ראשון,

26איז דאס ניט דער זעלבער ”לחם לאכל ובגד ללבוש” וואס ער עסט און טוט אן ביום השני, ס'איז טאקע דער זעלבער בגד, דאס איז אבער א נייער צורך וואס דאס איז ביום השני, און דעמאלט דארף ער האבן דעם לבוש, עאכו' כמה אזא בירור וואס ס'ווערט ”דם ובשר כבשרו” איז דאך דאס א לחם חדש בפועל.

27איז אין דערויף אויך דער ענין החידוש.

28וואס על דרך זה איז בכללות 'עבודת האדם', איז ניט מספיק אט דאס וואס ער חזר"ט איבער הישנות, נאר ס'דארף זיין דער חידוש ”להעלות בקודש”,

29וואס דאס איז דאך דאס א ציווי תמידי על כל אחד ואחת, אפילו אז ביום ראשון איז ער געקומען צו 'תכלית השלימות' איז ביום שלאחרי זה דארף זיין דער ”מעלין בקודש” ער דארף ביי אים צוקומען.

30ועד כדי כך, אז כמדובר כמה פעמים, ”שנשתלשלו מהן”, אז דער אויבערשטער האט דאס אריינגעלייגט אין טבע האדם, בשעת ער האט אים באשאפן, אז 'מי שיש לו מנה רוצה מאתים', אז ניט נאר אז ס'ווערט א חידוש אין דעם ממון וואס ער וויל האבן,

31נאר אין זיין רצון ווערט אויך א חידוש, אז ער וויל אז ס'איז אזא רצון חדש וואס ער איז רצה מסיים, און רצה יש לו מסיים איז דערנאך רצה ד' מנו, ד' מות.

32וואס דאס איז דאך דער כללות הענין וואס מ'זאגט אויך, אז פון יעדער ענין וואס מ'זעט דארף ער ארויסנעמען א הוראה אין 'עבודת ה'',

33און מ'מאכט אין דערויף ניט קיין חילוק, אז דאס דארף זיין דוקא א 'דבר חדש', משא' כן אויב ער זעט דעם זעלבן ”ענין ביום שני”, וואס ער האט אים שוין געזען ביום ראשון, איז אט דעמאלט איז דאס ניט קיין ענין וואס ער דארף אין דערויף געפינען א הוראה, איז דאך דער נוסח פון די תורת הבעל שם טוב ניטא אט די הגבלה, ואדרבא מצד דעם טעם הדבר,

34וואס כמדובר כמה פעמים איז דער טעם בפשטות, אז וויבאלד אז יעדער ענין איז 'בהשגחה פרטית', און דאס וואס ער זעט איז דאס וואס ער זעט אדער הערט דעם ענין איז דאס אויך 'בהשגחה פרטית', און וויבאלד אז דאס איז דער אויבערשטער האט זיך ספעציעל אין דערויף כביכול אריינגעלייגט, ער זאל דערזען די זאך, אדער געהערט דעם ענין,

35איז דאך א דבר פשוט אז "לא ”ברא הקב"ה דבר” אחד בעולמו לבטלה", מוז דערפון ארויס א תצאה, אין וואס קען זיין די תצאה און מוז זיין די תצאה, וויבאלד אז ני ”נבראתי לשמש את קוני” איז די תצאה אין זיין מציאות וואס דאס איז ”לשמש את קוני”.

36עפ. זה איז דאך אויך מולן, אז בשעת ער זעט דעם ענין אדער הערט דעם ענין בפעם השני איז דאך דאס אויך 'בהשגחה פרטית', מוז מען אויך זאגן אז אין דער השגחה פרטית ליגט אויך א כוונה,

37און די כוונה מוז מען אויך זאגן, ווי דאס איז געווען ווי בפעם הראשונה, אז דאס איז כדי ס'זאל צוקומען אין זיין תכלית הבריאה שלו, ”אין לשמש את קוני”.

38וואס עד"ז, ואדרבא, במכל שכן וקל וחומר, א ענין וואס איז פארבונדן מיט א צדיק, וואס אין א צדיק גופא קען דאך זיין צוויי סוגים.

39ס'איז דא א צדיק וואס ער איז פאר זיך, און א צדיק וואס ענינו איז להורות את העם ”אשר יוצא לפניהם ואשר יבוא לפניהם”.

40וואס דאס איז דאך בכללות א חילוק פון א נשיא איידער ער ווערט א נשיא, ביז בשעת ער איז געווארן א נשיא, וואס א ענין א נשיא איז דאך, ווי בלשון הידוע וואס רש"י ברענגט דאס אויך אראפ בפירושו על התורה אז ”הנשיא הוא הכל”, האט דאך דאס אין זיך אויך דעם תוכן אז הכל,

41אלע אט די וואס ער איז זייער נשיא געפינען זיך אין אים, וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז א ענין וואס איז פארבונדן מיט אים קומט דאס דערנאך אראפ אין הכל.

42וואס דאס איז דאך אויך פארשטאנדיק פון דעם פתגם הידוע פון תורה, אז ”עבד מלך כמלך”, ביז וואנענט דעם צווייטן נוסח, אן א כ'ה דמיון, ”עבד מלך” איז ער אליין מלך.

43על אחת כמה וכמה, אז דאס איז ניט סתם אן ענין וואס איז פארבונדן מיט א נשיא, נאר דאס איז אן ענין וואס דאס איז יום הגאולה שלו,

44וואס דאס איז אויך א גאולה פון דעם הכל וואס איז כלול אין דעם נשיא, און דערנאך קומען די אברים ארויס כל אחד במקומו, וואס א גאולה באווייזט דאך אויף נאכמער התפשטות און נאכמער התנשאות, וואס דערפאר גייט ער ארויס ממצבו הקודם עד כדי כך אז מ'זאגט אז דער מצבו הקודם לגבי המצב לאחרי זה,

45איז ווערט דאס אנגערופן בשם גאולה על דרך ווי מ'זאגט בא דער גאולה העיקרית וואס דאס האט זיך אנגעהויבן בא ”גואל ראשון, בא גאולת מצרים”,

46אז דאס איז א יציאה פון 'מיצרים וגבולים', וואס דאס איז שוין דא אויך אין עולמות הקדושה, נאר נשתלשלו מהם, ביז דאס קומט אראפ אין מצרים כפשוטה, דא למטה.

47און פארוואס איז דא אזא מין גאולה דערפאר וואס אט דאס איז די גאולה ממדידה והגבלה ווי דאס איז אין עולמות עליונים.

48על דרך זה איז אויך, אפילו אז ס'רעדט זיך וועגן א נשמה, וואס די נשמה איז דאך כידוע דער כלל פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, אז נשמות זיינען מלכתחילה ניט געגאנגען אין גלות,

49אעפ' כן זאגט מען, אז אויך בא דער נשמה איז אויך דא אן ענין של גאולה, בדוגמא ווי געזאגט פריער וועגן ”מעלין בקודש”, ניט קוקנדיק וואס ”תורת אמת” זאגט אז ער איז געווען אין מעלת פון קדושה באמת, איז פאדערט זיך פון אים אז ס'זאל זיין אין ”מעלין בקודש”,

50איז דאך על אחת כמה וכמה אז דערפון דארף ארויסקומען א הוראה ביז אין מעשה בפועל, בא די אלע וואס ס'הערן וועגן אט דעם ענין, עאכו"כ אותיות מאירות,

51אז מ'זעט סיפור הענינים און מ'לערנט זיי בהבנה המתאימה, אז ס'דארף ארויסקומען א הוראה בפועל, און דערנאך איז האט ער די בחירה, און ער נוצט אויס די בחירה ”ובחרת בחיים”,

52ס'זאל ניתוסף ווערן אין חיים וואס יום חיינו ואורך ימינו אין עניני תורה ומצוותי ביז אין אן אופן ווי פארבונדן מיט דער סדרה פון פרשת השבוע, וואס די סדרה ווערט דאך אנגערופן בשם ויצא דערפאר וואס ”ויצא יעקב מבור שבע וילך חרנה” וואס ס'שטייט דאך אויף דערויף, אז דאס איז אויך א רמז אויף יעדער אידן,

53אז די נשמה גייט ארויס מבור שבע פון אבינו שבשמים, ווי זי איז געווען חקוקה תחת כסא הכבד, און וילך הרנה 'חרון אף העולם' כדי דארטן דורכצופירן די שליחות פון לעשות ”לו יתברך דירה בתחתונים”,

54ביז אין אן אופן פון ”ויפרץ האיש מאוד מאוד” ווי ס'שטייט אין דער סדרה בנוגע צו יעקב'ן, וואס דאס איז דאך פון די אבות, און דער בחירה באבות פון יעדער אידן ”עד סוף כל הדורות”,

55און ”מעשה אבות אמו לבנים” אז ס'זאל זיין בא יעדערן פעולתו אין 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות' ועבודת התפילה בנוגע לעצמו,

56ובנוגע בחלקו בעולם, ביז ”אין כל העולם כולו” אין אן אופן פון מאוד מאוד און דאס ווערט די הכנה קרובה צו

57”טובה הארץ מאוד מאוד” אז ס'ווערט נתגלה אין ”ארץ אשר” ”עיני הוי' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה” ווי אזוי זי איז ”טובה הארץ מאוד מאוד” און דאס ווערט נתגלה ביז אין אן אופן פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

58וואס ער ווערט דאך אנגערופן ”עלה הפורץ לפנינו” טייטשט ער דאך אפ אין מדרש אז דאס גייט אויף משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו ו”יוליכנו קוממיות לארצנו”, במהרה בימינו ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions