Paragraph
Paragraph rh-pd6qbs59
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-ejjm3m8t
- order
- 4H
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווערטער פון שלום און גלייך שלום עליכם אויסגעטייטשט במיוחד, אז דאס מיינט מען במיוחד אויף יעדער אידן און אויף אלע אידן, אנהויבנדיק פון די אידן וואס געפינען זיך דא אנשים נשים וטף, און כמדובר פארבינדט מען דאס אויך מיט פרשת השבוע, וואס אין דער שבוע איז דאך דא זיבן טעג, און היין געפינט מען זיך אין יום הרביעי פון דער וואך? איז דאס פארבונדן אין דער פרשה עצמה, אין חלק הפרשה, פון רביעי ביז חמישי, וואס דארט איז דאך אויך דער פסוק וואו ס'רעדט זיך במיוחד וועגן אידן, אז ווי זיי זעען אויס אידן, אפילו ווי זיי ווערן געזען פון א ניט-אידן, אבער דאס איז דאך אויך וואס ער האט געהאט מחזה אלקים יחזה, ער האט דאך געהאט דעם ענין פון נבואה, עד כדי כך ביז וואנענט אז דאס ווערט א הודעה אין תורה, און אויך א הוראה אין תורה, איז דאך אויך אין דעם חלק הסדרה פון היינטיקן טאג פון דער וואך, די סדרה פון דער וואך און דעם טאג פון דער וואך, איז דאס כמראש צורים ארנו ומגבאות אשורנו אז
- proofread
- 0