transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1איז דאך דא דער צווייטער ענין, אדער דער ערשטער ענין אין דער פינפטער ליכטל, וואס דאס איז די פינפטע ליכטל פון ימי החנוכה, און ווי מ'זאגט דאך אויף דערויף, ניט דער פינפטער טאג נאר דער פינפטער ליכטל על שם וואס דעמאלט איז מען מוסיף דעם נר החמישי,
¶2צינדט מען אן צוזאמען חמשה נרות בלילה זו און דערפאר ווערט דאס אויך אנגערופן בלשון אים ווען אידן רעדן צווישן זיך, איז דער לשון הרגיל ניט מ'זאגט דער פינפטער טאג חנוכה, מ'זאגט דער פינפטער ליכטל חנוכה.
¶3אפילו ווען ס'רעדט זיך וועגן ענינים שביום, איז אויך רגיל אז מ'זאל זאגן אז מ'האט דאס פארבונדן אדער געטאן אין דעם טאג פון דער פינפטער ליכטל.
¶4וכמדובר אמאל, וואס איז דער אויפטו פון דער פינפטער ליכטל, ובהקדם אז ס'איז דאך ידוע די צוויי דיעות וואס ”אלו ואלו דברי אלקים חיים” פון ”בית שמאי ובית הלל”,
¶5בהנוגע צו אופן הדלקת נרות חנוכה, וואס בית שמאי זאגט דאך אז ”פוחות והולך כפרי” החט מ'הויבט אן דעם ערשטן טאג צינדט מען אן שמונה נרות, ”כנגד ימים הנכנסים” און דערנאך ווערט ער פוחות בכל יום ויום, און בן סילול זאגט מיט א סדר הפוך, אז מוסיף והולך,
¶6”מעלין בקודש” אז מ'הויבט אן ביום ראשון, נר אחד ביז דערנאך קומט מען ביום השמיני, בזת חנוכה, איז מען מדליק שמונה נרות.
¶7וואס דער ביאור בזה איז דאך, כמדובר כמה פעמים בארוכה, אז בין שמעי וואס זיי זיינען דאך שייך צו לעתיד לבוא, ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין לקוטי תורה שיר השירים,
¶8אז שמאי איז דאס פון לשון ושם אורחותיו אז ער שאצט אפ און רעכנט אויס בדיוק ובתכלית בכל אורחותיו,
¶9וואס דאס באווייזט דאך אויף אן ענין פון מחמירו גבורות וואס דאס איז ענינו פון בית שמאי, א ”בית שמאי מחמירי און בית הללו” בהילוי נריא פארקערט, אן ענין פון הארה און פון חסד בגלוי וכיוצא בזה, וואס דערפאר איז בית הללו איז זיי זיינען מכילין.
¶10וואס דערפאר, אין עולם המחשבה, בדוגמא פון לעתיד לבוא, וואס דעמאלט איז דאך די ענינים שטייען דאך שוין אין מחשבה בכח, איז דערפאר איז שוין ביום הראשון האט ער שוין די אלע אכט טעג ער האט שוין מחליט געווען אז ס'זאל זיין די כל עניני חנוכה, ביז אז ס'זאל זיין שמונות ימי חנוכה הללות.
¶11ואדרבא ביי אים איז דער עיקר דער ענין הבכח, בדוגמא ווי יולדן ”תולדות השמים והארץ”, ”השמים קדמו לארץ”.
¶12”אבראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ” אז שמים קרבן לארץ וואס ביום ראשון זיינען דאך די אלע ענינים געשטאנען, ווי רש"י טייטשט דאס אפ, אז די ימים שלאחרי זה האט מען זיי פאנאנדערגעשטעלט במקומם, אבער נברא געווארן 'מאין ליש' איז דאס שוין געווארן ביום ראשון את השמים ואת הארץ.
¶13וואס על פי זה קומט דאך אויס אז לויט בית שמאי קומט ארויס דער בכח אין דעם אופן הנראה, אין א דלקת נרות, ביז נראה לעיני ”בשר, אפילו בעולם הזה התחתון”,
¶14אז בעולם הזה צימט מען אן לויט בית שמאי שמונה נרות ”בלילה הראשון, בלילה” הראשון, ועל דרך זה מיט איינע ווייניקער 'בכל הלילות' שלאחרי זה.
¶15משא' כן לבית הלל צינדט מען אן ב”יום הראשון, בלילה” הראשון, נר אחד און דערנאך איז מען מוסיף והולך, ביז ביום החמישי צינדט מען אן דעם נר צינדט מען אן אויך דעם נר החמישי ווערט דאס חמשה נרות.
¶16און חנוכה איז א ראשי תיבות, ווי ס'שטייט בין אחרונים, ח' נרות ”והלכה כבית הלל”, אז מ'איז מוסיף ”מעלין בקודש” מיום ליום, ביז ביום החמישי צינט מען דעמאלט אן דעם נר החמישי וכו'.
¶17מ'געפינט זיך דאך אבער אין 'עולם הזה' התחתון, וואס מ'דארף דאך מאיר זיין אויך ”על פתח ביתו מבחוץ”, ביז ”שתכלו רגל מן השוק” אז אין שוק זאל אויך זיין ניכר אז ס'איז חנוכה,
¶18במילא מוז אויך זיין ניכר וועלכער טאג אין חנוכה דאס איז, קומט אויס, אז די ערשטע טעג פון חנוכה, וואס זעט מען בשוק?
¶19זעט מען מערער ליכטיקייט ווי ”לא דעת” בהילן.
¶20אמת טאקע ער האט די הסברה, אויף א חנוכה איז דאס בדוגמא פון פרי החג מיט אלע הסברות וואס ס'איז דא בדבר, בשעת אבער מ'שטייט אין שוק און מ'האט צוטאן מיט ארמודאים,
¶21און דאס רעדט זיך וועגן לילה הראשונה, לילה הראשונה פון שמונות ימי חנוכה גיט ער א קוק אז בא בית שמאי ברענען און לייכטן אכט ליכטלאך, און בא בית הלל איז דא מערניט ווי ליכטיקייט פון איין ליכט.
¶22און די הסברות וואס ער האט-איז דאס טאקע אמת"ע הסברות לויט בית שמאי און לויט בית סילר אויך דיברו ”אלו ואלו דברי אלקים חיים” ואדרבא, ווי די גמרא זאגט אין עירובים ”ולא יעד אלא שמקדימין דברי בית שמאי לדבריהם” אזוי האט זיך געפירט בית סילר אז בית שמאי איז געשטאנען פריער, תחילת מחשבה,
¶23און על דרך זה אויך ביום שני בלילה השני.
¶24איז בבית שמאי ברענט זיבן, און בבית הלל ברענט מערניט ווי צוויי, ועל דרך ”זה בלילה השלישי”, ועל דרך זה בלילה הרביעי ברענט בבית שמאי פינף, און בבית הלל ברענט מערניט ווי פיר.
¶25בשעת ס'קומט אבער די פינפטע לכלו איז אט דעמאלט ווערט דער סדר, אז בבית הלל ברענען פינף, און בבית שמאי פיר, עאכו"כ די ילילות שלאחרי זה,
¶26אבער דער עיקר אויפטו הויבט זיך דאך אן ווען פתח דעם ערשטן מאל אז מ'האט דערזען אין 'עולם הזה' התחתון שאין תחתון למטה הימנו, און דער וואס קוקט מיט עיני בשר און האט קיין שייכות ניט צו תורה,
¶27און אויך אויף אים זאגט מען אן א אידן, ווי ס'שטייט אין הלכות הלכים אין רמב אז א איד האט בא זיך דעם ציווי אז ער זאל זען, אז בני-נח זאל מקיים-זיין די כלע מצוות וועלכע זיי זיינען מחוייב,
¶28דערפון אויך פארשטאנדיק דער ”תכלו רגל מן השוק” און ”כלי ריגלי דתרמודאי” אז ביי זיי זאל אויך זיין דער לעבדו כולם שכם אחד איצטער, דערוויילע, דער שואבה המצוות בני-נח וכל המסתעף מזה,
¶29ובקרוב ממש בביאת משיח, לעבדו כולם שכם אחד איז בשעת ס'קומט די פינפטע ליכטול, און מ'צינדט אן די פינפטע ליכטול איז אט דעמאלט דערזעט אויך א ניט-איד,
¶30אז ביי א אידן איז געווארן די הלכה כבסהילם איז איצטער געווארן דער ריבוי אויך בכמות, און אין אזא מין כמות וואס א ניט-איד קען אים דערזען ווארום ”מגיד דבריו ליעקב, ולא ישא חולה כל גוי” די כל הסברות האט צו אים קיין שייכות ניט, ער זעט וויפל ליכטלעך ס'ברענען,
¶31איז אז ס'הויבט זיך אן די פינפטע ליכטל האט מען דארטן אויך דורכגעבראכן דער את נרות והלכה כבסילה.
¶32וואס דאס ווערט טאקע נמשך אין די לילות שלאחרי זה, אבער כאמור, דער פתח און די התחלה בזה, וואס ”כל התחלות דוקא קשות” ווערט דאס אויפגעטאן בשעת מ'צינדט אן דעם נר החמשה, די פינפטע ליכטו.
¶33וואס וואס איז דאס בהנוגע לפועל?
¶34כמדובר כמה פעמים, אז אף על פי וואס מיט די מבצעים דארף מען דאך גיין צו אידן און טאן מיט זיי בהנוגע צו מבצע חנוכה וכיוצא בזה, מ'דארף אבער רעדן מיט א אידן, כמדובר בארוכה אין די פריערדיקע התוועדות,
¶35אז כאטש אפילו מ'געפינט זיך אין גלות, און כאטש אפילו אז בכמות איז מען חלשים און מעטים, און כאטש אפילו אז מ'האלט נאך פאר ”אתחלתא דגאולה” דארפן מצרים וואס ”כל המלכיות נקרא על שם מצרים” דארפן זיי דערזען, אז דא גייט ארום א איד וואס זיין נשמה איז קיינמאל ניט געווען אין גלות,
¶36דער גוף זיין איז געגאנגען אין גלות דערפאר וואס דער אויבערשטער האט אים אהינצו געשיקט מיט א שליחות, במילא האט ער אויף אים אויך ארויפגעלייגט די ענינים פון ”דינא דמלכותא דינא” ווען ס'רירט ניט אן ענינים פון תורה ומצוותי,' ארויפגעלייגט אויף אים דעם ענין פון והתפללו בשלומה עיר דערפאר וואס בשלומה איז אויך לכם שלום,
¶37אבער פארוואס טוט ער דאס?
¶38דערפאר וואס ער איז בנו יחידו ”של מלך מלכי המלכים” הקב"ה?
¶39איז אז דער אויבערשטער הייסט אים גיין אין גלות דעם גוף גיין זיין גוף אין גלות, אבער אפילו דעמאלט האט אים דער אויבערשטער אנגעזאגט, אז גופו איז טפל און נשמתו איז עיקר
¶40וכמבואר בארוכה די תוצאות פון דעם ענין ווי דאס קומט אראפ במעשה בפועל אין פרק לב פון ספר תניא קדישא פון דעם אלטן רבי'ן.
¶41איז אפילו דעמאלט ווען ער איז בשליחותו של הקב"ה, וואס דערפאר האלט ער זיין גוף אין גלות, איז אויך דעמאלט ווייס ער א חלק א טפל שבו איז אין גלות,
¶42אבער דאס איז א טפל עד כדי כך, אז די נשמה איז דער איין און איינציקער בעל-הבית אויף זיין גוף, און די נשמה איז גאר קיינמאל ניט געווען שייך צום גלות, אנהויבנדיק פון יציאת מצרים, כמבואר בארוכה וואס ער זאגט אין מהר אלמי פראג, מבאר בארוכה בדרכו,
¶43פארוואס זאגט מען, אז נאך יציאת-מצרים זאגט מען דעם גאנצן סדר פסח, אפילו ווען ”אכתי עבדי אחשורוש אנן” דערפאר וואס מציאת-מצרים האט ארויסגענומען אידן פון גלות, אז מכאן ולהבא קענען זיי ניט זיין אין א מציאות פון גלות.
¶44און ווי גערעדט אמאל בארוכה אז דאס איז א דין אין נגלה, אז על פי נגלה איז דער וואס קויפט פריער דעם עבד אישטרח קודם לגבי דעם שטר השני, בא יציאת מצרים וואס הוצאתיך ”ממצרים מבית עבדים” איז דאך ווי רש"י ברענגט אראפ אז דאס איז על מנת אז ס'זאל זיין דער 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות', אז מ'ווערט עבדים,
¶45”עבדי אתם, ולא עבדים לעבדים”, במילא ווערט דער שטרו של הקב".הקודם איז פון דעמאלט אן ניט שייך קיין גלות אמיתית, אפילו בנוגע צו א גוף פון א אידן,
¶46במילא דארף ער זיך שטעלן אין אזא מין אופן הנהגה, אז די אינם יהודים, וואס ער איז מקיים ”דינא דמלכותא דין” און מקיים מתפלל ובשלום העיר, און גיט אפ כבוד אט די וועמען מ'דארף אפגעבן כבוד לויט דינא דמלכותא, וויבאלד אז דער דינא דמלכותא ווערט א דין אין שולחן ערוך, ווערט דאס א דין פון ”תורת אמת” און פון תורת חיים,
¶47דאס דארף אבער זיין אין אזא אופן, אז ס'זאל זיין ניכר אז דאס זאגט א איד, און דאס פירט זיך אזוי אויף א איד, וואס ער איז בנו יחידו ”של מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא”, און וואס ער איז דער בורא עולם ומנהיגו בכל אות ובכל שעה, ביז 'ובכל רגע',
¶48שעה פון לשון הקר, אין יעדער קר איז ער בורא עולם ומנהיגו, ובפרט נאך על פי תורת הבעל שם טוב, אז 'בכל רגע' ווערט דער עולם נתהוה מחדש 'מאין ליש' ווי ס'איז געווען בששת ימי בראשית,
¶49אין ”שבעת ימי הבנין”, אין שבעת ימי בראשית בפעם הראשונה.
¶50על דרך זה בכל המבצעים, בפרט נאך ווי דאס ווערט געטאן אין א גרויסער שטאט, וואס דארטן זיינען בכמות אידן ווייניקער, איז דאך יעדער מבצע קען דאך געטאן ווערן אין צוויי אופנים,
¶51אז מהלתענערהייט, כשרקענערהייט וכיוצא בזה ער דארף אבער האבן בא זיך ביי אים 'גאון יעקב', ניט נוגע דער ענין פון רייסן און רייצן זיך וכו דאס איז היפך פון ”דרכי' דרכי נועם וכל נתיבותי' שלום”, אבער ביחד עם זה באהאלט ער זיך ניט מיט זיין אידישקייט,
¶52עאכו"כ אז ער באהאלט זיך ניט מיט די עשיית המבצעים, ווארום זיי זיינען מיוסד אויף אהבת ישראל, וואס זי איז דער יסוד כל התורה כולה, און מבצע תורה וכו און בשעת אז די שם ”עוז לעמו יתנה” אז אידן באקומען אין עוז אלא תורה, און פירן זיך מיט דער תורה אין אן אופן ווי תורה וועט אנגערופן עוז שטארקייט,
¶53במילא איז אים ניט קיין חלש און ניט קיין מיעץ ער האט דעם אמת'ן עוז ותוקף איז אט דאס ברענגט צו ”ה' יברך את עמו בשלום” ווי ער טייטשט אפ אין מדרש, אז ס'איז געווארן ”שלום בכל העולם כולו”, אויך בא אומות העולם, ובין אומות העולם לעם ישראל, כמבואר ומובן פון דעם מדרש.
¶54איז דאס איז אויך דער לימוד, כאמור, בנוגע לעיל, ולמעשה הוא העיקר, אז דאס וואס ס'איז שייך בהנהגה ווען ער גייט ארויס פון זיינע ד' אמות של תורה ”ושל הלכה ושל” תפילה ער גייט אבער ארויס ברשות התורה,
¶55ווארום ער דארף אויפטאן בחלקו בעולם און בנוגע צו חנוכה דארף ער אויפטאן, אז ס'זאל זיין דער ”תכלי רגל מן השוק”, און ס'זאל זיין דער ”כליא ריגלי דתרמודאי” אפילו פון אומות העולם, אז זיי זאלן אויך מקיים-זיין זייערע מצוות, און ווי דער רמב אים מדגיש, אז פארוואס דארפן זיי מקיים-זיין די מצוות?
¶56דערפאר וואס אזוי האט דער אויבערשטער אנגעזאגט משה ”רבינו בשעת מתן” תורה, און האט אים געהייסן אז על ידי ישראל אים קרובו זאלן זיי דאס איבערגעבן צו כל עמי העולם, און זען באופן המתאים, בדרכי נועם ובדרכי שלום,
¶57ביז לפי המצב בכל עת ובכל זמן, אז עמי הארץ זאלן דאס אויך מקיים זיין.
¶58און אט דעמאלט ווערט, בדוגמא ווי מ'זאגט בנוגע ימי הפורים, אז ס'איז געווען אין א מעמד ומצב פון ”עבדי אחשורוש אנן”, בדוגמא ווי מ'זאגט בנוגע צו ימי החנוכה, אז אע"פ וואס ס'איז געווען דער בית השני,
¶59איז דאך אבער אין אים געפעלט חמשה דברים, וואס דאס באווייזט דאך אז די גאולת בבל איז ניט געווען קיין גאולה שלימה, וואס ס'וואלט געווען בשלימות וואלט דאך געווען ווי ס'איז געווען בא בית ראשון, ”תחת גפנו ותחת תאנתו”.
¶60וואס על דרך זה אויך, אז נאך דערויף וואס ס'איז געווען דער לחץו עליהם לחץ גדול, ווי דער רמב"ם זאגט, ”עד שריכם עליהם” אלקי אבותיהם און זיי האבן מנצח-געווען די מלכות יון און ס'איז געווארן מלכות חשמונאים,
¶61יותר ממותיים שנה ווי דער רמב איז דארטן מאריך איז דאך אבער אלץ ניט געווען קיין גאולה שלימה, וואס דערפאר זיינען זיי דאך געווען פארבונדן אויך בכמה ענינים מיט דער מלכות וואס איז געקומען במקום, מלכות יון, ווי ער זאגט בכמה מקומות, און זאגט דאס אויך אין פסחים,
¶62פארבונדן מיט היינטיקער סדרה און מיט די פרשת מיטן שיעור פון דעם טאג, אין וועלכן ס'רעדט זיך, אז כל הארץ איז געקומען קופן בר במצרים און מ'האט געבראכט וכספו זאגט די גמרא אין פסחים, אז מ'איז געקומען פון כל הארץ און ”כל כסף וזהב בעולם” האבן זיך צוזאמענגעקליבן על ידי יוסף בארץ מצרים,
¶63און דערנאך, בשעת ס'איז געווען ”וינצלו את מצרים”, זיינען זיי ארויסגעגאנגען אידן ברכוש גדול, און מיטגענומען מיט זיך דעם ”כל כסף וזהב שבעולם”,
¶64בשעת ס'איז געווארן דערנאך גלות, דער ענין פון מצרים און ששק און סנחרי וכו', האבן זיי צוגענומען נאך ”בזמן שבית המקדש הראשון הי'” קיים, האבן זיי צוגענומען דעם כסף וזהב וואס יוסף האט אנגעקליבן, און ס'איז אריבערגעגאנגען צו אשור, און דערנאך צו בבל, און דערנאך צו יון, און דערנאך צו פרס, בעדיין נמצא ברומי.
¶65אפילו דאך דאס באווייזט, אז אפילו איז נאך מלכות שלמה, איז געקומען ששק מלך מצרים און האט דאס שוין צוגענומען איז שוין דעמאלט געפעלט אין שלימות, על אחת כמה וכמה אין בית שני, אפילו נאך דעם נצחון פון די חשמינאים.
¶66וואס דערפאר זאגט מען דאך, אז נרות חנוכה דארף מען האבן א נחתי ליכקול אף על פי וואס בבית המקדש איז געווען גענוג זיבן, און מ'זאגט דעם טעם, איינער פון די טעמים, אזוי ווי ס'איז דא חשכי דארף מען האבן א הוספה והוי' מיט א תוספת סברא, א הוספה באור.
¶67וואס די נרות חנוכה האט מען דאך אנגעצונדן לשנה הבאה, כבום להלל ולהודאה, ועאכו' כמה בנוגע ”לנרות חנוכה, אף על פי” וואס דאס איז געווען גלייך נאך נצחון החשמינאים, האט מען אויך געצונדן ביז שמונה נרות, און דער ביאור אויף דערויף איז געווען דערפאר וואס יגיע חשכי דארף דאס זיין ווי הוי.
¶68במילא איז דאך דערפון אויך פארשטאנדיק, אז ס'איז נאך דא דער ענין פון ”דינא דמלכותא דינא” דעמאלט, על אחת כמה וכמה איצטער, ווען מ'האלט אין חושך כפול ומכופל פון גלות, און נאך פאר 'אתחלתא דגאולה', אף על פי כן האט מען דאך די הבטחה,
¶69אז כימי צאתך מארץ מצרים וואס כמה ימים לפני צאתם ממצרים איז געווען ”לכל בני ישראל הי' אור במושבותם”, און מ'האט דעמאלט געזען, ווי ער זאגט אין מדרש און מאריך בזה, אז מ'האט געזען די כלי כסף וכלי זהב, דער כסף וזהב וואס געפינט זיך אין מצרים,
¶70וואס דערנאך האט דאס געבראכט אז וישילום אז ברצון הטוב האט מען זיי דאס אפגעגעבן מינה.
¶71און דעמאלט איז געווארן דער ”ואחרי כן יצאו ברכוש גדול”, איז ”כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות” ובפלט אז ס'קומט-צו די עבודה פון ימי חנוכה אלו אז ס'וועט זיין נשיך און נפלותיך און ישועותיך נאך אין דעם זמן פון חשכי, און דאס ברענגט גלייך די 'אתחלתא דגאולה', ולאחרי זה די גאולה אמיתית ושלימה,
¶72אז ”מיד הן נגאלין”, בביאת משיח צדקנו במהרה בימינו ממש.
¶73לחיים.