עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

33 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ס'איז דאך מוצאי שבת קודש מלוי מלכא פון דעם שבת וואס קומט גלייך נאך יו' ת' כסלו, וואס דעמאלט איז דאך דאס א זמן המיוחד, וויבאלד אז שבת איז מעלה כל הענינים,

2ובפרט תורה ומצוותי עניני תורה ומצוות פון די פאריקע ששת ימי המעשה, אין דער דרגא פון שבת און דערנאך נאך העכער, ביז אין דער דרגא פון ראבה, די ראבה אין שבת און נאך העכער,

3איז דאך אויך דאס א זמן מסוגל און א זמן מתאים אויף להשלים, אויך בפשטות, אט די ענינים וואס מסיבות איז ניט אויסגעקומען, צו משלים זיין, ווי אין די התוועדות פון י' ת' כסלו, סיי בנוגע צו נגלה סיי בנוגע צו חסידות.

4נוסף אויף דערויף איז דאך דאס אויך דער שבת מברכן חודש תיבות, און נוסף על כל זה איז דאך דאס אויך דעם שבת וואס ”מיני' מתברכין כולי יומי” די ששת ימים שלאחרי זה,

5וואס דאס איז דאך כולל גלייך ”ביום השני בו” איז דאך דאס הויבן זיך אן ימי חנוכה, וואס כללות ימי חנוכה איז דאך נכלל ביום ראשון, כמבואר אין שערי אורה און אויך פארשטאנדיק בפשטות, אז דער פך שמן פון וועלכע מ'האט אנגעצונדן אלע שמונה ימים האט מען אים געפונען ביום ראשון,

6וואס דאס הויבט זיך שוין אן ביום ראשון לאחרי שבת זה, ווי מ'זעט דאך ”מנהג ישראל” אז מ'הויבט אן צוגרייטן די מנורת חנוכה מיט שמן חנוכה נאך בערב ימי החנוכה, נוסף על כללות הענין

7וואס חנוכה איז דאך דאס אויך פון לשון חנו כף ה אז ס'איז געווען די חניה פון די מלחמות שלפני זה וואס האבן זיך געענדיקט בכסלו, כמובא אויך אין ”תורה אור”, וואס דער כסלו הויבט זיך אן פון דעם מוצאי שבת.

8ס'איז נאך אויך דא א שייכות בולטת יותר פון צווישן יט כסלו מיט די ימים שלאחרי זה, ניט נאר אז זיי זיינען אין א המשך נאר אז דאס איז דער ענין עצמו פון י ט כסלו האט זיך אנגעהויבן בי ט כסלו,

9וכמסופר אין די לקוטי דיבורים פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, אז די גאולה איז געווען ”בשעת תפילת מנחה”, בי ט כסלו, דערנאך זיינען דורכגעגאנגען די דריי שעה וואס אין די ימים וואס דאס איז ימי החורף אין פטערבורג,

10וואו ס'איז געווען דער מאסר וגאולה, איז דאך דאס שוין אריין אין דער נאכט פון כ' כסלו, בשעת ער איז דאך דעמאלט געקומען צו דעם ארט לבית סדירת פון א נעש, פון דעם חסיד,

11משא"כ די שלוש שעות, אף על פי וואס ”יצא לחופש מבית” האסורים בי ט כסלו, איז דערנאך געווען די דריי שעה וואס דעמאלט איז געווען א מצב בלתי מתאים לגאולה בשלימותה, אפילו ניט לגאולה ווי ס'דארף צו זיין.

12על אחת כמה וכמה אז מ'איז נאך מוסיף לזה, וואס דער פטראפוואלסקער מבצער וואו ס'איז געווען דער מאסר איז דאך דאס אויף א אינזל,

13און פון דארטן האט מען ערשט געדארפט פארן מיט א שיפל אין שטאט כדי אנצוקומען אין די דירות שני דירות האמורות, איז דאך דאס בהוספה צו די ג' שעות קומט נאך צו די זמן הנשיאה אין דעם שיפל אויף אנקומען פון דעם מבצער פון דעם בית האסורים, אין דעם עיר וואו ס'געפינען זיך אט די בתים, און וואו ס'געפינט זיך אויך

14די בית פון דעם חסיד. נאכמער במודגיש ווי אזוי דער ענין פון יט' כסלו איז אין כ' כסלו איז דאך ווי דערציילט דארטן אין די ליקוטי דיבורים, אז ביום כ' כסלו אט דעמאלט איז דאך געווען יו ט' כסלו ביום שהוכפל בו כי טוב, ביום השלישי,

15איז ביום ”הרביעי למחרתו ביום” וואס איז געווען ביום הרביעי כ' כסלו, האט דער אלטער רבי געזאגט, אז ”ביום ברביעי נתלו המאורות” מיט א ט', אבער דערנאך איז נתלו המאורות מיט א ת'.

16וואס בפשטות, כמובן פון דעם סיפור איז, איז דאס פארשטאנדיק, אז דער נתלו המאורות ווי ער דערציילט דארטן האט דאס א שייכות וואס די הסתלקות פון דעם בעל שם טוב איז געווען ביום הרביעי,

17און די גאולה פון דעם אלטן רבי'ן, וואס ער איז דאך געווען דער ממלא מקומו, און כידוע ווי ער האט אים אנגערופן בשם זיידו און ”יפוצו מעינותיך חוצה” איז דאס געווען בעיקר על ידי פון דעם אלטן רבי'ן, אין אן אופן פון יפוצו בעיקר על ידי פון דעם אלטן רבי'ן, וואס דאס איז תורה חסידות חב"ד,

18דאס גיט ארויס די ענינים אין אן אופן של הפצה, 'הבנה והשגה' ”אין חכמה בינה” ודעת.

19און בפרט נאך איז דאך דאס ווי דערמאנט אין די פריערדיקע התוועדות וואס דער רבי נשמתו עדן האט געזאגט, אז ביי אים לייגט זיך אמיתית ענין פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” האט זיך אנגעהויבן נאך פעטערבורג,

20כ' מיינט נאך דעם מאסר וגאולה פון פעטערבורג, וואס דערנאך האט זיך אנגעהויבן בי"ט' כסלו, און נמשך געווארן אין דער זעלבער ענינג ס'זאל קומען צו מער בשלימות, בכ' כסלו, כמדובר לעיל.

21און דערנאך קומט נאך צו, וואס די אלע ענינים איז דאך געווען אין פעטערבורג, וואס דער 'כללות ענין' פון אנקומען אין פעטערבורג איז דאך פארבונדן מיט א ענין פון מאסר,

22ווען איז ער געקומען צוריק למקומו, עכ"פ לפלח שלו, צו דעם ארט וואו דער אלטער רבי איז פון דארט געפירט געווארן צום מאסר?

23איז דאס איז אנגעקומען אין ויטאבס כימי חנוכה, און דארטן געבליבן ימי חנוכה, כמסופר אין די ליקוטי דיבורים, נוסף על כללות הענין וואס חנוכה איז דאך דער ברוך שעת ניסים,

24הוידוע דער מאמר פון דעם אלטן רבי'ן, וואס איז אויך געזאגט געווארן בקשר ווי ס'ווייזט אויס אויך לי"ט' כסלו, אז דער בראש עשה ניסן לאבותינו בים מהם ובזמן הזה, וכידוע אויך די שיחה אז מ'טייטשט דאס אויס בפירוש, אז דאס גייט אויך אויף י'ט' כסלו.

25וואס דער מאמר איז דאך אויך פארבונדן מיט חנוכה און געזאגט געווארן בחנוכה, וואס דאס איז געווען קומענדיק אין וויטערס אין ימי חנוכה שלאחרי יו טס און כ' כסלו.

26וואס דאס איז א קשר, כמדובר, מער בגלוי ובהדגשה צווישן יו טס כסלו ועניניו מיט כ' כסלו און ימי החנוכה הבאים לאחרי זה.

27וואס דאס קומט דאך אויך בשייכות, וואס חנוכה איז דאך געווען דער נס בשמן, איז דאך דער ענין פון חכמה וואס דאס באווייזט אויף ”פנימיות התורה אויף רזין דאורייתא” אפילו העכער פון בינה וואס ענינה איז יין וואס דאס האט מערער א שייכות צו פורים,

28וואס דערפאר איז דאך בפורים מצוה לביצומי טייטשט דאך אפ רשי ביין, און ווי ס'איז אויך דער מנהג און דער דין ”בזה, משא"כ בחנוכה” איז ענינה דער ענין פון שמן.

29וואס שמן באווייזט דאך אויף רזין דרזין, וואס דאס איז אויך נתגלה געווארן וואס זיי דוקא ווערן אנגערופן בשם מעיינותיך אין שם האמיתי, און דאס ווערט נתגלה און איז נתגלה געווארן דורך און על ידי פון יפוצו מעיינותיך חוצה,

30און דער עיקר וועט דאס זיין מביאת משיח צדקנו, וואס דעמאלט איז שקני מן שיקות פיהו וואס ילמד תורה ”את כל העם כולו”.

31בדוגמא ווי מ'געפינט בא מתן תורה בכללות, כולל נגלה און חסידות, ווארום מתן תורה וועט נאכאמאל וועט דאך ניט זיין, אז כבר הי' מעין זה במתן תורה און דערנאך איז דער עיקר השכר וועט זיין ימות המשיח,

32אט אזוי איז אויך בנוגע לתורת החסידות וועט זיין דער עיקר השכר אין ימות המשיח, וואס דעמאלט וועט דאס זיין דער לימוד אין אן אופן של ראי און צו כל העם כולו, און בא דעם גאנצן אים וועט דאס זיין אין אן אופן פון ו”מלאה הארץ דיעה את הוי” סיי בקטנם ועד גדולם, וואס דאס וועט זיין בביאת משיח צדקנו,

33דאס הינגט אבער אפ אין מעשינו ועבודתינו אין די ”שית אלפי שני דהוי עלמא, ובפרט אין זמן” הגלות, ובפרטי פרטיות בנין זה אין דער עבודה פון הפצת המעיינות חוצה, וואס דאס איז דאך אויך ווי ער זאגט אין אגרת הקודש פון בעל שם טוב אז לקשו יפוצו מעיינותיך חוצה וואס דעמאלט קומט קומט אתי מר דא מלכא משיחא.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions