transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1תרצ", תוסף יו תס כסלו מיט צוואנציק יאר צוריק, האט דער רבי דער שווער דערציילט אין אנהויבס פארברענגען, אז מיט פופציק יאר פאר דעם איז געווען דער ערשטער יו תס כסלו האט ער געדענקט די פארברענגען בא זיין פאטער, און האט אויך איבערדערציילט עטלעכע ענינים,
¶2וואס זיין פאטער האט גערעדט צו יענעם פארברענגען.
¶3איינער פון די ענינים איז געווען, אז בשעת מ'האט דעם אלטן רבי'ן אריכפירט, ספרהא פטערט, און געבראכט אין פעטערבורג, און אריינגעזעצט דארט אין תפיסה,
¶4איז דער וואס איז געקומען נעמען פארהערן אין תפיסה אריין איז דאס געווען דער אויף ראשית האט דאס געהייסן כבריש מיניסטער אזוי איז געווען דער לשון הרב, דאס הייסט, דער ממלא מקום דער ליצער פון מיניסטער,
¶5און ער איז געווען א בקה אין תנאך, און בכלל א מלומה אויך אין אידישע ענינים, האט ער געפרעגט ביים אלטן רבי'ן,
¶6וואס איז דאס וואס אין חומש ווערט דערציילט, אז דער אויבערשטער האט געפרעגט ביי אדם הראשון'ן, לאחר חטא עץ הדעת אייקל דער אויבערשטער האט דאך געוואוסט וואו אדם הראשון איז,
¶7איז וואס איז געווען די שאלה אין דעם?
¶8האט אים דער אלטער רבי געזאגט, אז רש"י זאגט דאך האט ער אים געענטפערט, אז וואס רש"י זאגט ואותו רוחד אבער ער פרעגט ביים אלטן רבי'ן, אז ער זאל אים זאגן אין דערויף א פירוש.
¶9האט אים דער אלטער רבי געזאגט, אז דאס איז וואס דער אויבערשטער פרעגט בא יעדער מענטשן, אז יכר וואו ביסטו צו ווייסטו וואס דו דארפסט אויפטאן, און צו ווייסטו וואו דו געפינסט זיך און וואס דו טוסט אויף אין פועל ממש.
¶10און דערצו איז נאך דא נאך אין דערויף א הוספה, אבער דער רבי האט דאס דעמאלט ניט דערציילט אין פארברענגען, אז דער אלטער רבי האט געזאגט, לדוגמא, אז ווען א מענטש ווערט אלט אזויפיל און אזויפיל יאר,
¶11איז באקומט ער א שאלה פון דעם אויבערשטן, א יעקל, און דער מספר השנים איז געווען מחוון צו דעם מספר השנים פון דעם טברש מיניסטרן.
¶12אבער דאס וואס דער רבי האט דעמאלט דערציילט אין נאמען פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, פון זיין פאטער, איז געווען מערניט ווי פון א די נקודה, אז די שאלה איז געווען, וויבאלד אז אדם הראשון איז דאך דעמאלט נפל ממדריגתו, מיטן חטא עץ הדת, איז געווען די שאלה, אז יעקע צי ווייסטו וואס ער איז, וואס ער האט געדארפט זיין און וואס ער איז אין פועל?
¶13דערנאך האט דער רבי נשמתו עדן מסיים געווען, אז דאס האט דעם אלטן רבי'ן מציל געווען פון כלות הנפש, ווארום בשעת מ'האט אים געבראכט אין פעטייבורג, און אריינגעזעצט אין צפיסא, וואס דאס איז דאך געווען פאר זיין מסירת-נפש אויף דער תורה פון דעם בעל שם טוב מיט דעם מזריטשער מגיד, איז צו דעם גודל העונג,
¶14וואס מ'האט אים מזמין געווען און וואס ער האט זוכה געווען צו מוסר-נפש זיין זיך אויף תורת הבעל שם טוב ותורת המגיד, וואס דאס איז דאך תורת החסידות האט ער געהאלטן בא קלויט הנפש.
¶15בשעת ער האט אבער ארויסגעבראכט דורך אט דער שאלה דעם ענין פון א יקה אז מ'פרעגט ביי א מענטשן, און על אחת כמה ביי די וואס ”אתם קרויים אדם” אז יקד, צו וואס ביסטו באשאפן געווארן און וואס דו דארפסט טאן האט ער דאך באטראכט וואס ער דארף אויפטאן בעולם הזה,
¶16האט דאס גע'פועל'ט די התיישבות אורות בכלים און התיישבות נשמה בגוף, דער ענין היפך פון כלות הנפש.
¶17דער סיפור בכלל, בפרט נאך א סיפור וועגן נשיאים וואס זיי זיינען מורי דרך לצוד מאריתן און דורך צוד מאריתן ”לכל בני ישראל” על אחת כמה וכמה ווען דער סיפור ווערט איבערדערציילט אויך פון א נשיא בישראל, ווי דער רבי האט דאס געטאן מיט צוואנציק יאר צוריק, איז דאך דאס זיכער ניט קיין סיפור דברים בעלמא,
¶18נאר אויך אן ענין פון תורה, ומלשון הוראה, אז מ'דארף זיך אליין דערמאנען די נשמה האלקית, וואס זי איז א חלק אלוקה 'ממעל ממש' פרעגט זי די מאיחה בא דעם גוף פון 'נפש הבהמית', און אט די שאלה איז נוגע פון דעם גדול שבגדולים ביז דעם קטן שבקטנים,
¶19אף על פי וואס די באווארעניש וואס קומט ארויס על ידי השאלה קען אויך זיין ”מן הקצה אל הקצה”.
¶20ביי איינעם דארף מען באווארענען, אז ער זאל ניט אויסגיין אין כלי הנפש לאלקות, על דרך פון דער עבודה פון בני אהרן, פון די קרבשים לפני הוי איז געווען דער כליון הנפש מן הגוף, וואס דאס איז דאך היפך הכוונה פון ”לשבת יצרה”,
¶21און בא נמקצו התחתון איז די באווארעניש, אז מ'זאל ניט אראפפאלן לגמרי ממדריגתו פארגעסן אז מ'ווערט אנגערופן אדם על שם ”אדמה לעליון”, און בשעת מ'דערזעט אן ענין פון 'עולם הזה', וואס ”נחמד למראה וטוב למאכל” פארגעסט ער וואס ער איז און וואס ער דארף אויפטאן,
¶22און ס'קען זיין דער מאן דנפל מדרגי איקרי נית ווי דער לשון אין קבלה און אין חסידות.
¶23און אט דאס איז די כללות ההוראה פון דעם סיפור, וואס דאס איז דאך א ענין כללי פון מאסר פון דעם אלטן רבי'ן, וואס מעשרה איז דאך אויך געווען די רוחניות הדברים איז דאך געווען דערפאר וואס ער האט מפרסם געווען רזין דאורייתא,
¶24און אין אן אופן אז דאס זאל זיין פארשטאנדיק און צוגענגליך אפילו לקטן שוין בישראל, דורך דערויף וואס ער האט דאס אנגעטאן אין חב"ד, ”אין חכמה בינה” דעת פון 'נפש האלקית',
¶25אז דאס זאל אז די 'נפש האלקית' זאל דאס געבן צו פארשטיין דעם 'חכמה בינה' דעת פון 'נפש הבהמית', ביז דאס זאל פוער'ן אין דעם גוף וכל עניניו, די ענינים היותר עליונים, ניט נאר וואס אין נגלה דתורה, נאר אויך וואס אין 'פנימיות התורה', פון ”רזין דאורייתא ורזין” דרזין, וואס דערפאר איז דאך געווען דער קטרוג למעלה,
¶26וואס דאס איז דאך נשתלשל געווארן דערפון דער קטרוג למטה.
¶27דער נצחון למטה איז דאך נשתלשל געווארן אויך פון דעם נצחון שלמעלה, אז מלמעלה איז געגעבן געווארן דער רשות וכח וציווי אויף מפרסם זיין און מפיץ זיין די מעיינות חוצה, נגלה דתורה און 'פנימיות התורה', ביז רזין דרזין, און אין אן אופן מ'זאל דאס פארשטיין אין שכל,
¶28וואס לכאורה איז דאך דאס א 'דבר והיפוכו', רזין דרזין דאורייתא, ס'דארף זיך פועל'ן א כלות הנפש.
¶29ווי אזוי פארלאנגט מען, על דרך ווי ס'ווערט דערציילט אנטקעגן ר' אקיוו, אז ”זלגו עיניו דנאות מרוב” התענוג פון סודות התורה, און דא ווערט פארלאנגט, אז ס'זאל זיין די הפצה פון די רזין דרזין ביז אין חוצה צו די וואס זיי זיינען מחוצה אפילו לגבול דקדושה, וואס דאס איז דאך דער תכלית ההיפך פון כלות הנפש לאלקות,
¶30איז אט דאס איז דער אויפטו פון תורה ווי דאס איז נתגלה געווארן על ידי 'פנימיות התורה' אויף מחבר-זיין ”עומק רום מיט עומק תחת”, און מאכן דארטן א דירה לו יתברך, און וואו דוקא בתחתונים ווי דער נפש איז פארבונדן מיטן גוף.
¶31ווי אזוי קען מען דאס פארלאנגען ביי א מענטשן וואס ער איז דאך א מוגבל?
¶32אז ס'זאל זיין ביי אים שני הפכים ער זאל כולל זיין אין זיך א 'הבנה והשגה' אין דעם וואס ער איז 'בלי גבול', און אף על פי זאל דער גוף המוגבל בלייבן על עמדו ומעמדו ומצבו, און די נשמה זאל זיין צוגעבונדן מיט דעם גוף ווי ס'איז בהגבלה פון די עניני הגוף,
¶33איז אט דאס איז דער ענטפער אזייקר בשעת ס'קומט דער עזר וציוה פון דעם בליגלו וואס דארט איז דאך 'נמנא הנמנאות' איז אט די שאלה פון אזייקר גיט א אידן כח, אז די נשמה בלייבט פארבונדן מיטן גוף,
¶34און בשעת מעשה זיינען זיי ביידע פארבונדן מיט ששון דקודשא בריך הוא, דורך ששון דאורייתא, און אף על פי איז דאס ”לשבת יצרה” א נשמה בגוף דא למטה, און אין ענינים הדשמיים.
¶35וואס דאס איז דאך אויך די נקודה פון דער תורת הבעל שם טוב אויפן פסוק כי תראה 'חמור שונאך' דארף זיין אזור תעזור אמו האט ער דאך געטייטשט, אז מ'וועט דאך צוקוקן אין דעם חמור אין דעם חומר הגוף, וועט מען זען, אז דאס איז שונאך ער האט פיינט יעדער ענין פון רוחניות, על אחת כמה וכמה פון תכנית הרוחניות.
¶36און אף על פי כן די עבודה דארף זיין עזוב תעזוב עמו ניט דורך תעניות וסיגותים, נאר דוקא עמו מיטן גוף זאל מען דורכפירן דעם רצון הקב"ה, דורך דערויף וואס מ'איז אים עובד 'בשמחה ובטוב' מבב אין די ענינים פון מצוות, וואס כללותם איז דאך אנגעטאן אין ענינים פון 'עולם הזה' הגשמי.
¶37און אין דעם אופן האט זיך אנגעהויבן די עבודה פון דעם ערשטן אדם גלייך נאך מנפילתו ממדריגתו האט מען אים גלייך געגעבן א כח על-ידי השאלה פון נעיקה אז ער זאל זיך מתעורר זיין אין דעם 'ענין התשובה', און תשובה איז דאך דערנאך דערגרייכט מען זיך צו א מקום ”אפילו צדיקין גמורים אין יכולים לעמוד” שם,
¶38און אזוי ווי דער אלטער רבי האט געזאגט, חזר"ט ער דאס איבער אין לעבן פון יעדער אידן ”עד סוף כל הדורות”, אז אים קומט דער בבטיל שלמעלה על ידי נפש הארקית שלו, און איז זיי מעורר ומודד ומחזק, אז ער זאל וויסן צו וואס איז ער באשאפן געווארן און וואס ער דארף אויפטאן,
¶39און די שאלה אליין גיט אים כח ער זאל קענען דורכפירן תפקידו בשלימות, 'ובשמחה ובטוב' לבב.
¶40לחיים. לחיים.