transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1די מצות הכל כפשוטו איז דאך פארשטאנדיק, אז ווי כל מעשה ידי אדם האט דאך דאס ניט געטאן בבת אחת, נאר דאס איז געגאנגען יעדערער האט געטאן במקומו אויף צוקלייבן זיך צו ארץ, צו ירושלים,
¶2און אין ירושלים גופא אין דעם מקום וואו דער מלך האט געלייענט די פרשיות המלך, און ווי אויך דער סדר אין פסוק, אז פריער שטייט ניט כולם יחנא הכל האנשים און דערנאך איז דא א באזונדער ווי הנשים און דערנאך איז דא א שפעטערדיקער א ווייטערדיקער ענין והטף,
¶3און דערנאך איז דא נאך א שווערערער ענין וגרך אשר בשערך אט אזוי איז אויך פארשטאנדיק, אז דאס וואס ווערט פארלאנגט איצטער איז דאס ניט וואס מ'פארלאנגט אן אומעגלעכע זאך אז מ'זאל מיטאמאל איבערקערן ”כל הענינים מן הקצה אל הקצה”,
¶4נאר אין הקב"ה בא בטרוני אים בריותיו און מ'וויל נאר אז מ'זאל אנהויבן טאן אין דעם בהידור ובהתמדה ושקידה, און ווי גערעדט פריער במסירת-נפש,
¶5אנהויבנדיק מן הקל אל הכבוד הכל האנשים און דערנאך והנשים און דערנאך והטף און דערנאך וגרח אשר בשרעך מ'דארף אבער וויסן, אז ווען איז מקויים ווען ווערט די מצוה אפגעטאן?
¶6איז דאס ניט ווען ער באגנוגנט זיך מיט האנשים אליין, נאר ס'דארף זיין אויך והנשים און אויך והטף און אויך וגרך אשר בשעריך און ערשט דעמאלט שטעלט זיך אוועק דער מלך לו אין די פרשים.
¶7וואס אט אזוי איז אויך פארשטאנדיק, אז אף על פי וואס ער האט שוועריקייטן, אויף צוזאמענקלייבן האנשים קען ער זיך דערמיט באגנוגענען, על אחת כמה ווען ער וועט טאן והנשים אויך זאגט מען אים, אז דאס איז נאך ווייניק,
¶8ס'דארף זיין וטף אשר בשעריך און דערנאך איז מען מוסיף די מפרשי התורה, אז דאס מיינט מען ניט נאר אט די וואס היגיע לחינוך, נאר ווי זיי זאגן, אז אויב נאר יצא מיוספי כנופל אויב דאס איז נאר אן עולד בעולם, און ”ספיקא דאורייתא לחומרא” אז דאס איז א בן קיימא איז דארף ער אים אויך אריינברענגען שוין אין א מקום קדוש.
¶9וואס דאס איז דאך אויך ווי גערעדט כמה פעמים, אז דער אמת'ער חינוך, און ווען איז דער חינוך מצליח, אז ניט ער הויבט זיך אן נאך דערויף ווי מ'איז געווארן בר מצוה, אפילו ניט ער הויבט זיך אן נאך דערויף ווי ער האט הגיע ל”בן חמש ובן שש”, הגיע לחינוך,
¶10נאר ס'דארף זיין משהתינוק ”יודע לדבר, ישין אביו מלמדו תורה” ווי דער אלטער רבי הויבט דערמיט אן די הלכות תלמוד-תורה, און ווי אזוי קען דאס זיין דארף נאך זיין נאך פריער, אז ווען דער קינד ווערט געבארן הויבט מען גלייך אן דעם ענין פון שיר המעלת'ן מיט די אלע הכנות, כדי ס'זאל דערנאך זיין משנולד זאל זיך שוין אנהויבן דער ענין החינוך.
¶11ביז וואנענט אז כמבואר בכמה מקומות, אז דער אמת'ער חינוך הויבט זיך אן, תשעה חדשים לפני לידת הולד בשעת דער הורף דער פאטער מיט דער מוטער פירן זיך אויף ווי ס'דארף צו זיין אז ער ווערט נולד בטהרה ובקדושה
¶12וואס דעמאלט איז האט מען דערנאך א קינד פון וועמען מ'האט דערנאך נחת, אמת'ן נחת, אידישן נחת און חסידישן נחת בכל הפרטים.
¶13וואס כדי דאס זאל אראפקומען אן שוועריקייטן, און במדה הכי גדולה ככל האפשרי דארף דאס זיין דער קידוש, ווי ער זאגט אין תניא בשעת קידוש ”אבו ואמו”,
¶14עאכו"כ אז ס'דארף זיין פאר דעם דער ענין הטהרה וההכנה וכו' וכו וואס דערמיט הויבט מען שוין אן מחנך זיין די לבושים וואס מ'גיט לבנו, להילד שנולד הויבט זיך שוין אן דער חינוך נאך ”כמה חדשים לפני” 'ירידת הנשמה' ”בגוף, כמה חדשים לפני” אפילו ווי ס'ווערט דער עצם ענין פון התחלת התרקמות הגוף.
¶15און אט דאס איז דער אמת'ער הקהל פון הטף אשר בשעריך ווי דאס איז ברוחניות נאך פריער ווי ער איז נולד בעולם כפשוטו, גלייך ווי ס'ווערט דער הכנה לזה, וואס דאס איז אויך דער חינוך לזה, כאמור לעיל על ידי הנהגה המתאימה פון דעם אף ואם המלידים את הבן והבת.
¶16און אט אזוי איז אויך אין דעם אופן הגאולה, איז דאך אויך דא דער ”קיבוץ גליות”, איז דאך דער עצם נאמען פון 'קיבוץ גליות' איז דאך ווי ער זאגט בכמה נבואות אז ער וועט קלייבן אחד אחד שנים ועיר ואחד במשפחה,
¶17וואס אט אזוי איז אויך ניט אף על פי וואס דערנאך וועט דאך זיין ברגע אחד די גאולה האמיתית והשלימה, וואס אט אזוי איז אויך כאמור לעיל דארף זיין די גאולת כל אחד ואחד,
¶18און ווי ער זאגט אין אגרת הקודש, אז די גאולה פרטית איז דאס איז וואס ער איז פודה נפשו, ”פדה בשלום נפשו מקרא” ליקי ורבים היו עמדי די פדיעות 'נפש האלקיות' פון דעם מעשר פון דער גוף 'ונפש הבהמית',
¶19איז דאס איז די הכנה צו דער גאולה כללית של כל הנשמות שבגופים, ביז צו די גאולת השכינה וואס זי געפינט זיך בגלותא, און אט אזוי איז אויך די התחלה וואס יעדערער מאכט בעבודתו בכל יום ויום בהנוגע צו דעם ”קרוב אליך הדבר מור בפיך ובלבבך לעשותו”, צוזאמענקלייבן זיינע מחשבות דיבורים ומעשים,
¶20אז זיי זאלן אלע שטיין במקום קדוש על מנת פון לעשות ”את כל דברי התורה הזאת”.
¶21און יהי רצון, אז דאס זאל זיין בקרוב ממש, אנהויבנדיק פון הכני הנישואים במצור ובשבי' כפשוטם, אז ס'זאל זיין דער פתיחת כל הדלתות און פורץ זיין כל הגדרים, און עפענען אלע תורה און לרווחה בחסד וברחמים ובאופן טוב,
¶22בטוב הנראה והנגלה, אז קהל ”גדול יוצאו משם” און אין אן אופן בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו", ביז אין אן אופן אז ”לא תשעיר פרסה” און ארויסגיין שלומם בגופם ובנשמתם,
¶23און גיין אין אן אופן פון ”שמחת עולם על ראשם”, ביז וואנענט אז בתוככי 'כלל ישראל' וועט זיין דער ”קהל גדול” דער קיבוץ כל הגליות, בגאולה האמיתית והשלימה.
¶24און דאס זאל זיין מתוך הרחבה, כאמור לעיל בטוב הנראה והנגלה, מתוך הרחבה 'ובשמחה ובטוב' לבב.
¶25לחיים.