English
ספרייה
kind
paragraph
order
Gu
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
תחתון למטה הימנו, ביז דוקא אין דעם ארץ שלו, און אין דעם ארץ האט מען דעם ענין פון ראשית, און פון דעם ראשית קלייבט מען אויס ראשית, מאי ראשית ולא כל ראשית, מ'קלייבט אויס אין ראשית עצמות דער ענין פון ראשית, וואס דאס איז דאך כמוזכר לעילה דאס וואס א איד לערנט-אפ פון מצות ביכורים, אז אף על פי וואס די דער אויבערשטער גיט אים וידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה כל צרכיו, אלע צרכים פון די הכי חשובים שבהם ביז הכי פשוטים שבהם, איז צום אלעם ערשטן דארף ער ברענגען דעם ענין פון זיין ראשית, דארף ער ארויסנעמען מורי ראשית איז דער מובחר שבן מובחר, און דאס ווערט דערנאך א מצוה וואס זי איז פארבונדן מיט אמירה, נוסף אויף עשי אז ער ברענגט מסודו שלו ברענגט ער דאס דערנאך אין ירושלים עיר הקודש און דארטן אין בית המקדש, און אין בית המקדש איז דא דער ענין פון אן אמירה, ומתוך שמחה וטוב לבב, ובתכלית השבח, און דאס פועל'ט דערנאך, אז גלייך אין דעם חלק הפרשה שלאחרי זה זאגט מען אויך,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים