Paragraph
Paragraph rh-p598b18w
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-a30km3my
- order
- H
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- פארגלייכט ער דאס אויך, אז בשעת ער גיט א מתנה, וועמען גיט מען דאך א מתנה צו די מעשים וואס עביד ניחל לנפשו, אדער נאך מערער צו די בני בית, און ווי מ'פירט זיך בא כמה ענינים און בא כמה מאורעות וואס זיי זיינען פארבונדן מיט די בני בית, איז דעמאלט איז דאס פארבונדן אויך מיט נתינת מתנה, זעט מען דאך מנהג בני אדם, און אדם ניט סתם אדם, נאר אדרבא, אויב מצד אדם החשוב איז דעמאלט איז די מתנה החשובה עוד יותר. וואס דאס אלץ ווערט אויך אפגעשפיגלט, און מ'דארף דערפון אויך אפלערנען, בהנוגע צו נתינת הצדקה אין חודש אלול, אז דאס דארף זיין אין אזא אופן, סיי מצד כמות הצדקה, סיי מצד דער איכות הצדקה און סיי מצד דעם נותן און סיי מצד דעם מקבל, איז דער אמולט אויך בנוגע צו דעם מקבל, איז בשעת ער באקומט א צדקה דארף מען איבערטראכטן צי דאס וועט זיין פאר אים אן ענין של כבוד, א היפך הכבוד, בשעת א מענטש באקומט א מתנה איז דאס, כאמור לעיל, עבוד נעיך לנפשי דערפאר גיט מען א
- proofread
- 0