English
ספרייה
kind
paragraph
order
Y6
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
די וואס האבן דאס מקשר געווען אויך מיט א מעשה בפועל, דער ענין פון מעשה הצדקה, און מעשה בפועל, אויך אן עיקר'דיקע זאך, וואס מ'האט אפגעדרוקט תניא'ס אין כמה וכמה מקומות וואס דארט געפינען זיך אידן, און ביז איצטער מאיזו סיבה שתהי'האט מען דארט נאך ניט געדרוקט אין תניא, און איצטער בקשר ליום ההולדת האט מען דאס געטאן, איז קומט זיי א באזונדער דער יישר כח אויך פון דעם בשר ודם, נוסף וואס זיי האבן דעם יישר כח פון דעם בעל התניא, וואס דאס איז דאך דער יישר כח פון עצמות ומות וואס ווערט דורך אים איבערגעגעבן, בפרט נאך אז ער איז דאך געווען א נשמה חדשה כסיפור וביאור פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, ועל דרך זה איז פולות דומות לזה, וואס אין כאן המקום לפור טם, איז דריקט מען אויס נאכאמאל, ודוקא בפרסום, און מ'וועט אויך מיט דער טיפה, אז בשעת מ'וועט זיך דערוויסן אז ס'איז דא אן ארט וואס מאיזו סיבה שתהי'אף על פי וואס דארט לעבן אידן, פעלט אין זייער לעבן דער ענין וואס ס'טוט אויף וואס דאס ווערט אן ארט וואו מ'דרוקט אפ דעם ספר תניא קדישא וועט מען דאס אויך משלים זיין, און משלים זיין אויך בשלימות, אז ס'זאל זיין א דפוס נאה און יאר נאה וכו,' כמדובר כמה פעמים, ביז ווי אויך אפגעפאסקינט אין שולחן-ערוך, ווי אזוי ספרי קדושה דארף מען אויך האבן יופי, וואס לכאורה איז דאס יופי חיצוני, זאגט מען אויף דערויף, זה א-לי ואנוהו אז דאס איז אט דער אנווהו פארבונדן מיט נאה בפשטות, ביז אין יופי חיצוני.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים