עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

31 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1וואס דאס איז דאך געווען איינער פון די טעמים פון ”צבאות השם” וואס מ'האט געבעטן, אז מ'זאל צוזאמענקלייבן אידישע קינדער פאר בר-מצוה און פאר בת-מצוה,

2און נוסף אויף די שעות וואס זיכער אז ”כל ישראל בחזקת כשרות הן” באקומען זיי א חינוך כשר אין א בית הספר המתאים,

3זאלן זיי מסביר זיין און מבאר זיין אז זיי זיינען ”צבאות השם” און ווי רש"י ברענגט אראפ בפירושו על התורה, וואס דאס איז דאך גלייך פון ”בן חמש למקרא” אז ”לגיונו של מלך” איז ראוי הואי אז מ'זאל אים ציילן פון 'בן חודש' ימים,

4וואס אף על פי אז צווישן אידן גופא איז 'לגיונו של מלך', שבט לוי, איז דאך בערך פון כל העולם כולו איז דאך יעדער אידן,

5מתנם ועד גדולם, ”צבאות השם” ווי ס'איז שוין געווארן גלייך ווען אידן זיינען ארויס הוצאתיך מארץ מצרים האבן זיי דעמאלט באקומען דעם נאמען און דעם תואר אין ”תורת אמת”, יצאו ”על צבאותם צבאות” השם ”האנשים והנשים והטף”.

6און די הדגשה מיוחדה, וויבאלד אז זיי זיינען פאר בר ובת מצוה, דארפן זיי דאך האבן א חינוך במיוחד, ”ביתר שאת וביתר עוז”, נוסף וואס די גמרא זאגט אין קידושין, אז חינוך איז גאר דא פון בן י' חס אדער ביז בן כ'ד ועד ידך על ברוך,

7איז דא דער עיקר החינוך איז דאך נאך קודם בר אדער בת מצוה, וואס דעמאלט זאל מען אויך באווארענען, כאמור לעיל, דעתייהו עליהו,

8נוסף אויף די שעות ווען זיי זיינען אין בית הספר זאל מען זיי צוזאמענקלייבן מיט דעם ענין אז זיי זיינען חלקים און זיי זיינען בר-מצוה ובת-מצוה במשך הזמן, אבער שוין איצטער זיינען זיי שוין אין ”צבאות השם”.

9און ווי איינער וואס געפינט זיך בא צבא, וכידוע דער ווארט פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, אז אויב ער איז א בעל צבא וואס ער באקומען די ריכטיקע מושטרירונג, דער ריכטיקן חינוך וואס צבא גיט איז דעמאלט איז דער סדר אז ס'איז ניכר ניט נאר ווען ער געפינט זיך אין א סדי קרב במלחמה,

10אפילו ניט נאר ווען ער געפינט זיך אין די קאזרמות אין דעם בי"ס וואו אנשי צבא געפינען זיך, אדער בהלכי בר חוב, אפילו באכילתו ובשתייתו,

11און אפילו בשעת ער שלאפט, איז דער שלאפן פון א סאלדאט, פון אן איש צבא, איז אנדערש לכאורה ער שלאפט זיך, איז אנדערש די תנועה פון זיינע אברים און דעם אופן השינו ת שלו אויב ער האט נאר געווען בא צבא, באקומען דאך דעם חינוך המתאים שלאפט ער אנדערש ווי איינער וואס ער איז ניט קיין איש צבא.

12על אחת כמה וכמה בהנוגע צו צבא השם, וואס גלייך ווי יצא לאויר העולם איז דא דער כל אחד ואחד, דער ”נפש השנית בישראל”, איז חלק אלוקה ממעל, בלשון הפסוק, ווי דער בעל הגאולה איז מוסיף אין תניא ביאור בזה,

13אז דאס איז חלק אלוקה 'ממעל ממש', ווארום מאן דנפח מיט אופן נפח, און ווען איז דער נפח ביי יפך באפיו נשמת חיים גלייך ווי ער גייט ארויס לאויר העולם, סיי אן אינגעלע אדער א מיידעלע, איז שוין דא דער חלק אלוקה 'ממעל ממש' בכל אחד ואחת מהם.

14נאר וואס דען? דערנאך, כאמור, איז דאך דא די שעות וואס ער געפינט זיך בבית הספר, און דערנאך איז דא די שעות בדוגמא ווי מ'זאגט בא מתן תורה, אז זיי זיינען געווען בדוגמא פון א תלמיד הבורח מבית הספר,

15אז מ'אנטלויבט רחמנא ליצלן מצד די השפעה פון דעם חוץ פון די ענינים וואס ער באקומט ”בא בית הספר” איז אט דאס איז בשעת מ'איז אין זיי מדריך,

16אז בכל שעת היום והלילה זיינען זיי ”צבאות השם”, א חלק מזה זיינען זיי ווען זיי לערנען תורת השם און מ'איז זיי מחנך לקיום מצוות השם, און א חלק מזה אין כל מעשיך,

17דארפן זיי אויך דעמאלט וויסן, אז ענינם איז אויף 'נרות להאיר' פון חושך יכסה ארץ מצד הבריאה, דארף מען האבן דעם ”נר מצוה ותורה אור” די ליכטיקייט פון תורה, וו אזוי דארפן דאס ברענגען בביתם, ובכל הסביבה שלהם ובכל העיר שלהם,

18וואס אט דעמאלט ווערט א שלום צווישן די שעות ווען דער תלמיד און תלמידה פאר בר ובת מצוה געפינען זיך בבית הספר,

19מיט די שעות ווען ער געפינט זיך ניט בבית הספר, ואדרבא ביי אן איש צבא, ביי איינעם וואס געפינט זיך ביי צבא, איז כאמור לעיל, איז בלשון הרמב"ם,

20ביי אכילתו ובשתייתו ובטיולו און די אלע צען זאכן ווי ער רעכנט דארטן אויס געפינט ער זיך און ס'איז ניכר אז דאס איז א חכם ניכר, איז ניכר אז ער איז א טייל פון צבא השם.

21און דאס האט מען אויך פארבונדן אויף נאכמער מקשר זיין און מאחד זיין און מחזק זיין די שייכות ביניהם, און די שייכות זייערע מיט תורת השם און מצוות השם, דורך דעם ענין אז יעדערער פון זיי זאל האבן אן אות אין ספר התורה,

22וכמדובר בארוכה וועגן דער ספר-תורה, וואס די ערשטע האט מען שוין מסיים געווען על יד אין ירושלים העתיקה און דער המשך ביים כותל מערבי, און מ'האלט אין מיטן שרייבן די צווייטע, כולל זיין אויף די אלע קינדער, אז יעדער קינד, סיי א אינגעלע סיי א מיידעלע,

23באקומען אן אות בתורה, וואס תורה איז דאך א תורה נצחית, און תורת חיים איז א לעבעדיקע תורה, און מאכט לעבעדיק דעם לעבן פון יעדער אידן, אז ס'זאל זיין א חיים הקרויים לשמם, גלייך ווי ער באקומט דעם תור אז ער איז א חי,

24וואס דאס איז ברגע ראשון שיצא לאויר העולם איז ער שוין דינא ”כחי לכל דבר”, כמבואר בהלכה בפשטות, זאל דאס ווערן א קשר אמיתי, ווארום דאס איז א קשר דורך ”תורת אמת”, און א קשר נצחי, ווארום ”התורה היא נצחית”.

25און ויהי רצון, אז מ'זאל ממשיך זיין אין דער פעולה, ביז וואנענט מ'וועט מאחד זיין ”מפי עוללים ויונקים יסדת עוז אין עוז אלא תורה” אלע עוללים ואלע יונקים אלע פאר בר-מצוה ובת-מצוה,

26אין דעם עוז, און דאס וועט ווערן בא זיי יסדת היסוד אין זייער לעבן, חנוך, במילא איז ”גם כי יזקין לא יסיר ממנו”.

27און דאס וועט זיין דער ”להשבית אויב ומתנקם” אויף מבטל זיין, משבית זיין, דעם חושך הגלות, דעם אמת'ן אויב ומתנקם וואס דאס איז דער גלות ”בנים שגלו, מעל שולחן אביהם”, און דעם צווייטן אפטייטש אין להשבית, פלוגתא די דיעה פון ר' יהודה מיט די חכמים,

28אז ניט נאר והשבת יחי' רעה אז ס'ווערט להשבית מזיקין נאר אויך אז ס'ווערט דער ”שמש גדול” ”בכל לבבך בשני יצריך” און מ'נוצט אויס די אלע ענינים פון גלות נאך אין גלות אויף מאכן ליכטיקער דעם גלות, מיט דעם אמת"ע ליכטיקייט פון ”נר מצוה ותורה אור”,

29און די התחלה על ידי עוללים ויונקים, און דערנאך וועט מען גיין מיט זיי צוזאמען בנערינו בבנינו ובבנותינו,

30מיט אלע ”צבאות השם” לקבל פני משיח צדקנו, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און זיי וועלן גיין מתוך שלום, ווארום כל שעות היום והלילה זיינען זיי אין דעם זעלבן מעמד ומצב פון ”צבאות השם”,

31לקבל פני ”הוי' אלקי הצבאות” וואס ער וועט זיין השיבנו יאיר פניו אלינו ונושעה, בגאולה האמיתית והשלימה, במהרה בימינו ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions