עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

46 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1לכאורה אט דאס וואס ס'האט זיך גערעדט פריער בהנוגע צו נשק רוחני, וואס ער גיט אריין חיות אין דעם נשק גשמי, בדוגמא ווי אין נשק גשמי אליין, איז ווי אזוי איז מען מיט אים מצליח ווען ער האט אין זיך זיינע רוחניות, אז דער נשק איז געבויט געווארן, אויסגערעכנט געווארן,

2צוזאמענגעשטעלט געווארן לויט די חשבונות רוחניים של ”חכמת עשיית כלי” נשק, און דערצו דארף מען האבן אט דער וואס איז משתמש בו זאל ער זיין א זאך וואס האט אין זיך א רוח חייו רוחניות בערך פון דעם דומם פון דעם נשק, על דרך זה אויך אין דעם רוח החייו פון דעם נשק גשמי,

3וואס דאס איז דער נשק רוחניי דארף דאס זיין אויך אין אן אופן, אז דער נשק רוחני זאל זיין אויסגעהאלטן, ווי געזאגט פריער מ'פרואווט אים אויס אויף אלע-ערליי אופנים, און ניט נאר אין שיטות אין חקירה, נאר 'בפועל ממש'.

4בדוגמא ווי מ'זעט דאך אין א נשק גשמי, אז אף על פי וואס אלע חשבונות האלטן אויס, פארלאזט מען זיך ניט אויף דעם, און מ'פרואווט דאס אויס בפועל, אין א שדה מיוחד צו אט די ענינים, על אחת כמה וכמה בהנוגע צו נשק רוחני,

5וואס אין דערויף הענגט אפ ניט נאר דער חיות הגוף, נאר אויך דער חיות הנשמה דארף דאך דאך זיכער ניט נוגע די פלפולים און די שקלא-וטריות און די ועידות מיט די קאמיטעטן וואס מ'וועט אויפשטעלן, נאר ס'איז נוגע דעם נשק וואס מ'האט אים אויסגעפרואווט,

6אין כמה ערליי מצבים און א מעמד משונה ושונה, און ער האט מצליח געווען, כמדובר לעיל.

7וואס אט דא פרעגט מען דאך די שאלה, אז נשק איז מצליח ווען דאס איז א נשק סודי?

8אזוי גייט דער לשון בזה. בשעת אבער ס'ווערט מתפרסם אין וואס דער נשק איז, איז אט דעמאלט קען דער צוה שכנגדו זיך אנהויבן בא א נוצן זיך אדער מיטן זעלבן נשק, אדער געפינען אן ענין וואס וועט מבלבל זיין דעם נשק, מגין זיין מבטל זיין דעם כח פון דעם נשק סודי וויבאלד ער איז געווארן אויס סוד.

9לכאורה אט די ענינים וואס ס'רעדט זיך בהנוגע צו מצוות מעשיות ניטא אין דערויף קיין סאן.

10ס'איז אנגעשריבן ניט נאר אין גרויסן לאנגן שולחן-ערוך, אפילו אין קיצור שולחן-ערוך!

11און ס'איז שוין איבערגעזעצט געווארן אין די לשונות פון כל עמי הארץ, דער וואס וויל קען לייענען אין וואס ס'באשטייט דער נשק סודי, איז מלכתחילה ניטא קיין מקום לקשיא.

12אט דאס וואס מ'קען זיך קעגנשטעלן א נשק סודי אדער מ'קען דאך נוצן מיט א נשק סודי איז ניט נוגע וואס ער לייענט אין א בוך, אדער במקור, הערט פון א צווייטן אין וואס דער נשק סודי באשטייט, ער דארף אים אויך באקומען, און דערנאך דארף ער וויסן ווי אזוי זיך מיט אים צו נוצן.

13בהנוגע צו מצוות מעשיות, ווי די דוגמא ווי דער אלטער רבי און צמח צדק איז מאריך בזה, אז תפילין וואס דאס איז דאך א נשק ווי די גמרא זאגט, אז ”וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך” ”אלו תפילין שבראש”, וואס כאמור לעיל, דאס איז דאך ניט לכאורה קיין סד בדבר,

14מ'קען זען תפילין איז ארויסגעשטעלט אין די פערנסטער בכל מקום ומקום, מ'וועט אלע באשרייבנגען וואס ס'ליגט אינעווייניק און ווי אזוי דאס ווערט געמאכט וכו בשעת אבער מ'וויל נוצן אט דעם נשק איז זאגט תורה,

15אז בשעת ניט א איד טוט אן תפילין על ראשו ועל ידו איז דאס ניט דער ענין פון תפילין, דאס איז ניט מצות תפילין.

16דאס הייסט אין אנדערע ווערטער דאס איז א נשק צו וועלכן ער קען ניט צוקומען.

17ער קען צוקומען צו דעם פרמעט, ער קען צוקומען צו די פרשיות, ער קען צוקומען צו די תפילין, אבער אנטאן זיי, און דאס זאל ווערן א מענטש וואס האט אנגעטאן תפילין אזא מציאות קען זיין מערניט ווי ביי א אידן,

18ווי שטייט דער לשון אויף דערנאך כמונח על השולחן אז מ'וועט אוועקלייגן תפילין אויף א טיש איז דאס תפילין, און דאס איז כשר"ע תפילין, אבער זאגן, אז דעמאלט זיינען די תפילין פועל פעולתם ס'איז דא אין זיי קדושה, זיי טוען אבער ניט די פעולה וואס דאס איז מפחיד דער ענין פון ”ויראו ממך”.

19דאס קען זיין נאר געמאלט אויב דאס איז ”תפילין שבראש” פון א אידן.

20דאס הייסט אין אנדערע ווערטער דאס איז א נשק וואס דאס קען קיינמאל ניט אריינפאלן אין קיין ניט אידישע הענט, ווארום ווי ס'פאלט אריין אין יענע הענט ווערט דאס אויס נשק.

21ס'איז אויך אין דערויף ניט שייך זאגן מ'זאל זיך אנטקעגנשטעלן, ווארום ווי געזאגט פר איז דא שמות וואס זיי זיינען בלשון יחיד, און ס'איז דא שמות וואס זיי זיינען בלשון רבים.

22בשעת מ'זאגט דעם אויבערשטן אין א פארבינדונג מיט א צבא זאגט מען ניט אלקי הצבא, מ'זאגט אלקי צבאות א שם צבאות 'לשון רבים', וואו נאר ס'איז דא א צבא איז ווער שטייט בראש פון דעם צבא שטייט אלקי הצבאות.

23דאס הייסט, אז ער שטייט און אן אים הענגט-אפ די הנהגה פון דעם צבא שכנגד.

24וואס ווי געזאגט פריער, אמאל האט מען זיך געדארפט דינגען וואו איז די ראיה אויף דעם.

25איצטער האט מען דאס געזען אויפן צווייטן טאג, נאך יום-כיפור, גלייך ארויסגעקומען פון יום הקדוש, האט מען א קוק געטאן, אז אלקי הצבאות פירט ער אן מיטן צבא שכנגד.

26און ער האט אים אפגעהאלטן דריי-פיר-פינף קילאמעטער פון דער טועלה, און האט אים פארהאלטן אויף חרמן, און האט געזאגט ווייטער דארפסט ניט גיין, און האט דאס ניט געזאגט אז יענע האבן דערהערט ”למטה אף על גב” די אילך זה מזלך זה זיינען זיי ווייטער ניט געגאנגען.

27געפרעגט מזלך זה ביז וואנענט דארף מען ווארטן?

28זאגט ביז וואנענט? אידן וועלן זיך צוזאמענקליי� און מ'וועט זיך מארגן זיין די אלע ענינים וואס מ'דארף האבן, און בשעת אידן וועלן זיין גרייט אז איר זאלט האבן א מפלה אט דעמאלט וועט איר גיין אין מלחמה!

29וואלט דער מזל פועל געווען בא דעם מטה בא דעם מיהו וואלט ער מלכתחילה ניט געגאנגען, איז דאך דא אמאל וואס דאס קומט ניט ארויס מאיזו סיבה שתהי איז דאס געווען אן ענין וואס האט זיך דערנאך אנגעהויבן, אויפן דריטן טאג נאך יום-כיפור, דער ענין וואס ס'איז געווען וואס ”טיפלו עליהם אמתה ופחד” ביז ענינים של פועל.

30פארוואס? ווארום דאס איז ניט נאר אלקי הצבא פון די וואס זיינען מגין אויף 'ארץ הקודש' און ”גוי קדוש” דאס איז אויך אלקי הצבא פון יעדער צבא וואו ס'איז דא אין וועלט, צי ער געפינט זיך אין ירדן, צי אין מצרים, צי אין מאסקווע, צי אין וואשינגטאן איז ער דער אמת'ער באלעבאס פון דעם צבא.

31מיט דעם אונטערשייד, אז צבא ישראל האט די בחירה חפשית ווי זיי וועלן טאן ווארום נתתי לפניך און דער אויבערשטער בעט זיך בא זיי ”ובחרת בחיים אין תורת חיים” און אין אירע מצוות אויף וועלכע ס'שטייט וחי בהם ער וויל אבער בא זיי ניט צונעמען דעם גרעסטן ענין וואס מ'קען געבן א נברא,

32אז ער זאל זיין ”כאחד ממנו לדעת טוב” און דעם היפך פון טוב.

33ווי דער רמב"ם טייטשט דאס אפ, און דער בעל השמחה, דער אלטער רבי, ברענגט דאס אראפ אין לקוטי תורה דער ענין פון בחירה חפשית איז דא מערניט ווי בא דעם אויבערשטן, ועל דרך ”זה בא אתה בחרתנו מכל העמים” בא ”בנים אתם לה' אלקיכם” איז די בנים זיינען בטבע כביכול פון טבע האבן זיי אויך די בחירה חפשית,

34אבער אלע איבעריקע צבאות באקומען זיי א פקודה פון אלקי הצבאות באופן כך גייט דאס באופן כך.

35וכאמור לעיל, ווי מ'האט געזען בפועל, אז זיי האבן געווארט ביז וואנענט מ'האט זיך מארגן געווען די צבא שכנגד כדי זיי זאלן קענען גיין מקבל זיין די מפלה.

36און ווען א איד מישט זיך ניט אריין אויף אפהאלטן וואלט דאס געווען א מפלה שלימה.

37וואס אין כאן המקום להאריך בזה אין אן ענין של עבר מ'דארף האבן, אז דאס איז זיך אויך אויסלאזן לטובה.

38על דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז ס'איז ניט שייך טראכטן, אז אפשר וועט מען עפעס געפינען אן עצה אויף אפהאלטן די פעולה פון דעם נשק כסודי איז ניט נאר כאמור לעיל דער נשק סודי קען ניט אריינפאלן אין ניט-קיין אידישע הענט,

39ווארום גלייך דעמאלט ווערט ער אויס נשק, דאס איז כמונח על השולחן על דרך זה אויך איז ניט שייך מ'זאל געפינען א תרופה כנגד נשק סודי, ווארום דאס איז דער נשק וואס אים האט אויסגעקליבן דער דלקי הצבאות, פון ביידע צבאות איז דאך ניט שייך זאגן, אז ס'זאל עפעס געפינען אן עצה כנגד זה.

40וכאמור לעיל, ז ”המעשה הוא העיקר דא” איז ניט נוגע, מ'איז נוגע צו רעדן און מפלפל זיין זיך און די שקלא-וטריא דא איז נוגע מ'ז ל געבן דעם נשק פנימי, מיט דעם תוכן בחיים כפשוטו, על אחת כמה וכמה תוכן בחיי הנשמה פון כל אנשי הצבא וואו אידן געפינען זיך,

41איז דאך יעדער איד איז ער ד ך טייל פון ”צבאות הוי” ווי דער רבי, דער נשיא דורנו דער שווער, ה ט געז גט, י' טז כסלו ותשדלו, שוין געדרוקט,

42ז ארויסגעגיין פון זינט-אידן זיינען ארויס פון מצרים, ה בן זיי ב קומען אויף זיך דעם קיטול ”צבאות הוי” און אין דערויף זיינען לע אידן נכלל,

43און 'לגיונו של מלך' איז רגיל, אז נמנא גלייך נ ך בלידתו ווי ס'איז געווען וו ס יכבד ”נולדה בין החומות” און שלימה לשבעים נפש, ”כמבואר בפירוש רש” י ובכמה מקומות, איז וויסנדיק, ז וואו א איד געפינט זיך איז ער טייל פון צבא זעט מען ד ך אין צבא איז נוגע,

44ז יעדער איש צבא במקומו ז ל ערשטיין ד רט באופן המתאים ובתוקף המתאים, און מזוי' מיט זיין נשק רוחני און דעם נשק פנימי איז ד ס ניט נ ר ער טוט-אויף בהנוגע צו זיך,

45ער טוט-אויף בהנוגע לכללות כל הצוה בכל קצווי תבל, און צוז מען שטעלט מען זיך צו דער ”צבאות הוי” ווי ס'איז געווען ”כימי צאתך מארץ מצרים” ז מ'איז פון ד רט רויס ווי ער ז גט בכתוב אל צבאותם א ט זוי וועט אויך זיין בקרוב ממש, בביאת משיח צדקנו,

46וועט דעמ לט זיין דער ארנו נפלאות, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ובקרוב ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions