Paragraph
Paragraph rh-nrxvwvsa
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xmpdmt2s
- order
- GA
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- צווישן ניט-אידן, און ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, אין דער איינפאכסטער מיינונג דערפון, אז בשעת א איד איז זיך משתדל און טוט אלץ וואס הענגט אפ אן אים אויף אויסנוצן אין דער פוסטער מאס די אלע מעגלעכקייטן וואס ער האט-דעמאלט קומט ארויס דערפון א תועלת, א נוצן, ניט נאר פאר אידן, ניט נאר פאר אים און זיין משפחה, און פאר אידן בכלל, נאר ס'קומט אויך ארויס נוצן דערפון פאר דער גאנצער שטאט אין וועלכע ער לעבט און וואו ס'געפינען זיך זיינע געשעפטן, און אויב ער איז אן דער פאלגרייכער ביזנעס-מאן און פאלגרייכער עסקן, אט דעמאלט האבן דערפון די תועלת אויך די גאנצע לאנד, די גאנצע קאנטרי צו וועלכע ער געהערט, ובפרט נאך וויבאלד אז מיר האבן דאך די פריווילעזש אז מ'לעבט אין יונייטעד סטעיט זעט מען דאך, אז די אנטוויקלונג פון יונייטעד סטעיט האט א גוטע השפעה, אויב מ'נוצט דאס אויס נאר ווי ס'דארף צו זיין, אין אן אופן אז דאס רירט אויף די אלע לענדער וואס לעבן איר, און וואס נאך מערער אפילו אויף די וואס געפינען זיך ווייט פון איר,
- proofread
- 0