פסקה
פסקה rh-ndv5fp5f
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-jmgp881s
- order
- Ys
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אין דער אייגענער הויז, וואס דאס איז איר לאנד און איר ארץ ישראל, ווארום זי מאכט דארטן אן ארץ א לאנד וואס דארט געוועלטיקט אידישקייט, וואס דאס איז דאך אין דעם ווארט ישראל ובפרט לויטן ראשי תיבות וישראל ראשי תיבות יש ששים ריבוא אותיות לישראל לתורה, אז דארט געוועלטיקט תורה, האדעוועט אזוי די עלטערע טאכטער, די אינגערע טאכטער, וואס זי באקומט די עלטערע טאכטער, דער ציון פון דער מוטער, און די מוטער, אז זי זעט ווי אזוי איר חינוך האט מצליח געווען האט זי נאך א נאכמערער נחת פון דער טאכטער, און נאכמערער נחת ווען זי ווערט א באבע פון די אייניקלאך, סיי פון די אינגעלאך און סיי פון די מיידעלאך, און דאס ווערט די הכנה קרובה, אז דורך דערויף וואס דער אויבערשטער זעט אז מ'מאכט פון יעדער אידישער הויז אן ארץ ישראל, דורך דערויף וואס דארטן געוועלטיקט תורה און אידישקייט, וואס דאס איז פארבונדן מיט יעקב אבינו, וואס זיין נאמען איז דאך אויך געווען ישראל און פארוואס האט מען אים גערופן ישראל? כי שריתם אלקים ואנשים ותוכל דערפאר וואס ער איז איבערגעקומען, אלע שוועריקייטן וואס ער האט געהאט פון דער וועלט ארום זיך,
- proofread
- 0