עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-nb41t9we

kind
paragraph
order
V
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אין דעם אחד. און דערנאך האט מען דאס אויך אין דעם ענין פון ויקהל, אז פון די אלע פקודים וואס יעדערער איז געציילט לטלוקטו אחד אחד האט מען פון אלעמען צוזאמען א קהל, וואס א קהל באשטייט דאך דוקא אז ס'איז דא א ריבוי, אפילו מערער ווי עשרה, ובפרט נאך אז א קהל אמיתי איז דאך מערער עשרה פעמים עשרה, און דאס שטייט פון ששים ריבוי דער אמת'ער קהל, און די ששים ריבוי זיינען ששים ריבוי כלליים, וואס יעדערער פון זיי, ווי ער זאגט אין תניא, ווערן צוטיילט און זיינען כולל אין זיך ששים ריבוי ניצוצות, און אזוי אויך נאך ניצוצות דניצוצות. וכמדובר כמה פעמים, אז פון די ענינים ווי זיי זיינען אמורים בתורה, ווערט דאס דערנאך אויך נמשך פון תורה האמורות בפרשה האמורות בתורה, ווערט דאס נמשך דערנאך אין וועלט וואס דארט געפינט זיך דאך יעדער איד אלס א שליח, בעולמו שלא ברא הקב'ה ולא בראו אלא לכבודו,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions